וויני-דער-פו (יידיש בוך)

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש


וויני דער פּו איז א יודיש-שפראך קינדער בוך באזירט אויפן בארימטן ענגלישן בוך מיטן זעלבן נאמען פון אלאן אלעקסאנדער מילן. דאס בוך איז געווארן געשאפן און ארויסגעגעבן דורך לעאנארד וואלף אין ניו יארק אינעם יאר 2000.

ס'איז שטארק באזירט אויף די ארגינעלע ערציילונגען אין די "פּו" ביכער, אבער האט פאָרט אייגענע באגריפן פין דער יודישער געשיכטע און ליטעראטור. דערפאר קען עס וואויל פאררעכנט ווערן אלס אייגענע ווערסיע און נישט בלויז אן איבערזעצונג.

כאטש וואס די שפראך איז יודיש, איז כמעט דער גאנצער בוך געשריבן אין לאטיינישע בוכשטאבן; אויסער א שטיקל ביים אנהייב פון יעדן קאפיטל - בערך א האלבער בלאט - וואס איז געשריבן מיט לשון קודש'דישע אלף בית.

די צייכענונגען זענען די ארגינעלע פון ערנעסט ה. שעפּאַרד.

דאס בוך אנטהאלט בסך הכל 173 זייטן.

אינהאלט[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

פאלגנד זענען די צעהן קאפיטלען אינעם בוך:

  • קאפיטל איינס: אין וועלכן מיר באקענען זעך מיט וויני-דער-פו און מיט עטלעכע בינען, און ס'הייבן זעך אן די מעשיות.
  • קאפיטל צוויי: פּו גייט צו גאסט און קימט אן צו אַן ענגער פלאץ.
  • קאפיטל דריי: פו און חזירל גייען אויף א געיעג און כאפן שיער-נישט א וויזעלע.
  • קאפיטל פיער: איאַ פארליהרט אן עק און פּו געפינט אן עק.
  • קאפיטל פינעף: חזירל באגעהגנט א העפאַלומפּ
  • קאפיטל זעקס: איאַ האט א געבורטסטאג און באקימט צוויי מתנות.
  • קאפיטל זיבן: קאַנגו און רועלע קומען אינעם וואלד, און חזירל באָהדט זעך אפ.
  • קאפיטל אכט: קריסטאפער ראבין פיהרט אַן עקספּעדיציע צום צפון-פלאָקן.
  • קאפיטל נאהן: חזירל איז אינגאנצן ארימגערינגלט מיט וואסער.
  • קאפיטל צעהן: קריסטאפער ראבין מאכט לכבוד פו'ען א שמחה, און מיהר געזעגענען זעך.

לידער[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

  • ווארשעווער, ווארשעווער, ווארשעווער טאָרט

אייגנשאפטן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]