לדלג לתוכן

וואלערי סלוצקי

פֿון װיקיפּעדיע
וואלערי סלוצקי
פאך דיכטער, איבערזעצער רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

וואַלערי סלוצקי (רוסיש: Валерий Слуцкий; געב. אין 1954) איז אַ ישראלדיקער רוסיש-שפּראַכיקער דיכטער און איבערזעצער.

וואַלערי סלוצקי איז געבוירן געוואָרן אין אין 1954 אין דינאַבורג, לעטלאַנד, אויסגעוואַקסן אין לענינגראַד (איצט - פּעטערבורג). ער האָט פאַרענדיקט דעם לענינגראַדער פּעדאַגאָגישן מלוכה-אוניווערסיטעט אויף הערצענס נאָמען לויטן פאַך "דעפעקטאָלאָגיע, רוסישע שפּראַך און ליטעראַטור. אין 1985 האָט וואַלערי סלוצקי דעביוטירט מיט זײַנע לידער אין דער קאָלעקטיווער זאַמלונג «Круг» ("קרײַז"), וואָס איז דערשינען אין לענינגראַד. אין סוף 1980ער יאָרן אָנטיילגענומען אַלס ליטעראַטור-קריטיקער אינעם מאָסקווער זשורנאַל "סאָוועטיש היימלאַנד". אין 1988 – 1990 איז ער געווען דער פאַרוואַלטער פון פּאָעזיע-אָפטייל פונעם זשורנאַל BEK ("וועק" – ראשי-תיבות פון רוסישע ווערטער "מבשר פון דער ייִדישער קולטור"), וועלכער איז דערשינען אין ריגע. אין 1990 איז וואלערי סלוצקי עולה געווען קיין ישראל. חוץ זײַנע אָריגינעלע לידער אויף רוסיש, האָט וואַלערי סלוצקי פאַרעפנטלעכט אין זײַן איבערזעצונג אויף רוסיש לידער פון דוד האָפשטיין, אורי צבי גרינבערג, אָשר שוואַרצמאַן, פּרץ מאַרקיש, שמואל האַלקין, חיים לענסקי, אברהם גאָלדפאַדען און וועלוול טשערנין, ווי אויך אַרטיקלען וועגן פּאָעטיק אויף רוסיש און ייִדיש (אין "סאָוועטיש היימלאַנד" און "ירושלימער אַלמאַנאַך".

וואַלערי סלוצקי וווינט אינעם יישוב קדומים, שומרון.

  • Omnia, Кдумим, 1993
  • Из еврейской поэзии ХХ века, Кдумим, 2001
  • Новый век, Кдумим, 2002
  • Стихотворения 1970-1977, Кдумим, 2002
  • Азы достоверного смысла. Стихи, эссе, Кдумим, 2005
  • וועלוול טשערנין, "גובר זײַן דאָס אוממעגלעכע (וועגן דעם בוך "פון דער יידישער דיכטונג פונעם XXסטן יאָרהונדערט" אין וואַלערי סלוצקיס רוסישער איבערזעצונג)", טאָפּלפּונקט, נומ. 5, פרילינג 2002, ז. 113 - 114.