וואודרידזש
וואודרידזש איז א דארף אין פאלסבורג, סאליוואן קאונטי, ניו יארק, אין דער שטאט סאוט פאלסבורג. דער פאסט קאד איז 12789.
עס געפינט זיך אין די קעטסקילס און דורכאויס די זומער חדשים איז עס פול מיט אידן וועלכע קומען אין קאנטרי זיך אביסל אויסלופטערן.
דער וואודרידזשער רב איז רבי יצחק לעבאוויטש דער בעל ברכת יצחק, וואס האט דארט די בית מדרש הגדול דקהל יראים וואודרידזש. און א מקוה. ווי עס קומט פאר 3 מנינים א טאג שחרית, מנחה און מעריב יעדן טאג און יאר.
קאארדינאטן: 41°42′29″N 74°34′11″W / 41.70806°N 74.56972°Wשבת איז פאראן אין וואודרידזש דריי מנינים ווי פאלגנד: קהל יראים וואודרידזש, די מאדערנע שטאטישע שול (Woodridge Town Shul), טאבאקס האטעל, און אויב מאכט זיך אז איינער האט נישט קיין מנין קומט מען אין וואודרידזשער בית המדרש דקהל יראים וואו מען איז פארזיכערט מיט א גרויס מנין.
יארע תרע״ז 1917 האבן די אינסטאנצן געטוישט נאמען פון סענטערוויל צו וואודרידזש
דורך אויס די יארן איז די שטעטל וואודרידזש אויסגעשטיגן אלס א שיינע חסידישע הויף, צו וואו עס קומען צו פארן תלמידים וחסידים מיט צו האלטן די דערהויבענע שבתים און נאך שטערקער די ימים טובים, צוליב די ווארעמע תפילות וואס דער רב הרב לעבאוויטש דאווענט פארן עמוד, און די תורה און דרשות וואס ער זאגט.
קהל אנשי סענטערוויל איז געגרינדעט געווארן פארן ערשטן וועלט קריג בשנת תרס״ג 1903 דורך אידן בעלי מסירת נפש וועלכע האבן אוועקגעמופט פון ניו יארק סיטי ווי מען איז געווען געצווינגען צו ארבייטען אום שבת רח״ל, האבן זיי ארויסגעמופט קיין וואודרידזש ווי זיי האבן געקויפט אייגענע פארמס אזוי זענען זיי געווען בעל הבית אויף זיך אליין ווען יא צו ארבייטען און ווען נישט,
יאר ה'תרע"ז 1917 האט מען געטוישט די נאמען פון סענטערוויל צו וואודרידזש
אין די ה'תר״צ 1930 יארן זענען די אידישע איינוואוינער אין וואודרידזש געווען רוב פון די ווילעדזש און פארמאגט א בלאק וואוט ביי די דעמטלטסדיגע וואלן, און די צענטער קהלה פון סאליווען קאונטי ניו יארק,
בשנת ה'תשל״ו 1976 האט די אלטע ביהמ״ד דקהל אנשי סענטערוויל אפגעברענט אזוי שטארק אז מען האט דאס געמוזט דעמאלישאן, מיט דעם איז א שטיק היסטאריע פון יהדות החרדית אין אפסטעיט ניו יארק געקומען צו א ענדע.
צילוב א מחלוקה ווער עס זאל זיין שוחט האט געפירט די אינגערע דור צוגרינדען א אייגענע קהלה/ביהמ״ד דאס איז די היינטיגע טאון שוהל, קאנגערגעישאן אוהב שלום וועלכע האט ליידער יארן נישט געהאט קיין מחיצה ביז עס איז געקומען אין די אנהייב תש״ס 2000 יארן ר׳ יוסף סופר ע״ה און האט מתקן געווען די מחיצה.