העברעישע ווידערשטאנד באוועגונג
די העברעישע ווידערשטאנד באוועגונג איז געגגרינדעט אין יאר 1945, נאך דער ענדע פוו דער צווייטער וועלט מלחמה, קעגנשטעלנדיק זיך דעם בריטישן מאנדאט, און די אויסערן פאליטיק פון ערנעסט בעווין, אויסערן סעקרעטאר פונעם פאראייניגטן קעניגרייך.
זי איז געווען צאמגעשטעלט פון הגנה, פלמ"ח, אצ"ל, לח"י, און האט געארבעט ווי א ראט, און צוזאמען אויסגעפירט צענדליקע אטאקעס קעגן מאנדאטארישע צילן, 11 גרויסע אטאקעס זענען דורכגעפירט געווארן, דורך די גרופעס צוזאמען ארבעט. אריינגערעכנט די "בריקן נאכט", עתלית ארעסטאנטן לאגער, וואו 200 מענטשן וואס זענען געווען אומלעגאל אין לאנד זענען באפרייט געווארן. קינג דייוויד האטעל באמבאדירונג. וואס צוליב דעם איז די באוועגונג געקומען צו אן ענדע, און אלע אונטערגרונט גרופעס, האבן געקעמפט פאר זיך.
די סיבות צו פאראייניקונג איז געווען. ערשטנס אחדות צוזאמען קען מען אסאך מער אויפטון, ווי יעדער פאר זיך עקסטער. צווייטנס די סיטואציע פון די שארית הפליטה יידן, אין די די. פי. לאגערן אין אייראפע. און די רעגירונג האט נישט ארויף געלאזט די יידן קיין פאלעסטינע, האלטנדיק זיך צום ווייסע פאפיר 1939. און דער עיקר אנטוישונג אין ענגלאנד, נאכן צוזאג פונעם לייבער פארטיי, צו העלפן אויפשטעלן א יידישע דעמאקראטישע לאנד, וואס האט נאכן געווינען, געוויזן די טיר פאר די ציוניסטטישע פאלייקאנטן.