היטש

פֿון װיקיפּעדיע

א היטש אדער א ליפט / טרעמפ ווי מען רופט עס אין טייל מקומות, באדייט א אומזיסטע רייזע דורך איינער וואס פארט סיי ווי דעם וועג, און ער נעמט מיט נאך אנדערע אומזיסט אז זיי זאלן אויך געניסען.

אין בארא פארק און אין וויליאמסבורג איז דא א ספעציעלע היטש פלאץ, ווי מען שטייט און מ'ווארט אויף א היטש, און אידען רחמנים גומלי חסדים שטעלן זיך אפ און נעמען אויף מענטשן.