האנאלולו

פֿון װיקיפּעדיע
האנאלולו
Honolulu
א קוק אויף האנאלולו פונעם האוון
מדינה / טעריטאָריע פאַראייניקטע שטאַטן
בירגערמייסטער פיטער קארלייל
שטח 177.2 קוואדראט ק"מ
הייך 6 מעטער

 ‑ אין שטאָט
 ‑ באַפעלקערונג ענגקײט

337,256‏  (שטייענדיג 2010)
2152 באוואוינער א ק"מ2
צײַט זאָנע UTC-10

האנאלולו (ענגליש: Honolulu) איז די הויפטשטאט און די גרעסטע שטאט פון דעם שטאַט האוואי אין די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע. עס געפינט זיך אויפן דרום־מזרח ברעג פונעם אינזל אאהו.

פיטער קארלייל איז דער 13טער בירגערמייסטער פון האנאלולו. ער דינט אין דעם אמט זייט 11טן אקטאבער 2010.

דער ערשטער אויסלענדער וואס האט באזוכט האנאלולו איז געווען קאפיטאן וויליאם ברוין פונעם ענגלישן שיף "באטערווערט" אין 1794. נאכהער פלעגן אנדערע רופן דעם ארט ברוינס האוון, אבער שפעטער האט עס באקומען דעם נאמען האנאלולו.

אין 1845 איז האנאלולו געווארן די הויפטשטאט פון די האוואישע אינזלען.