לדלג לתוכן

דער וועג צו בטחון

פֿון װיקיפּעדיע

דער וועג צו בטחון איז א דינער ספר געשריבן אין א לייכטן יודיש, איבערגעארבעט פון די שיעורים אויף מדת הבטחון פון רבי יוסף דוב פרידמאן און באזירט אויפן ספר חובת הלבבות שער הבטחון.

עס איז ארויסגעקומען אין יאהר תשס"ג אין ברוקלין ניו יארק געדרוקט ביי דפוס האחים גרויס.

ער האט הסכמות פון: רבי יחזקאל ראטה, וויענער רב, רבי משה וואלפסאן, אברהם הערש וואזנער, יצחק שטיין און יחזקאל שארף.

ער אנטהאלט זיבן קאפיטלען אין א ס"ה פון הונדערט -דריי-און-זעכציג זייטן.