די צוויישפראכיקייט פון אונדזער ליטעראטור

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

די צוויישפראכיקייט פון אונדזער ליטעראטור איז א יודיש בוך געשריבן דורך שמואל ניגער און ארויסגעגעבן פון לואיס לאמעד פאנד פאר אונדזער ליטראטור אין ביידע שפראכן אין דעטרויט, מישיגען אין יאר 1941.

דער בוך ברענגט ארויס אז דאס יודישע פאלק האט א לאנגע היסטאריע פון ביילינגוואליזם פון העברעאיש זייט בי זייט מיט נאך א שפראך. ער שטעלט זיך ארויס קעגן די עקסטרעמע באוועגונגען פון יידישיסטן און העברעיאיסטן, בא די שפראכן קריג, וועלכע ביידע פרעדיגן אויף מאניזם אין זייער שפראך.

ער באשרייבט אויך די היסטאריע פון צוויישפראכיקייט ביי אנדערע פעלקער, ווי: איטאליענער, גריכן, כינעזער און ארמענער.

דאן גייט ער דורך די היסטאריע פון יודישע ליטעראטור, אנגעהויבן פון אראמיש אין די משנה און גמרא ביז די געהעריגע אויפלעבונג פון יודיש.

דאס בוך אנטהאלט פערצן קאפיטלען אין הונדערט-זעקס-און-פערציג זייטן, געדרוקט אין ניו יארק אין צוויי טויזנט עקזעמפלארן.