די נויט

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

די נויט (שװעדיש: Nöden) איז אַ שטאָטטײל אין לונד וואס געפֿינט זיך דרומדיק פֿון מיטן שטאָט. מען האָט אָנגעהײבן אויסבויען דעם שטאָטטײל אין יאָר 1873, כאָטש עטלערע בנינים זײַנען שוין דאָ. די נויט איז פֿון אָנהײב געווען אַן אָרעם שטאָטטײל - אָפֿיציעל האָט מען עס גערופֿן "נײַשטאָט". אַ סך יידן האָבן זיך געצויגן קײן לונד, און די נויט, זיך אַרײַנגעקלײַבן. צװישן בערך 1870 און דער צווייטער וועלט-מלחמה איז געווען א שטארקע אימיגראַציע קײן לונד. אין 1910-1914 איז די יידישע באַפֿעלקערונג אין לונד צום גרעסטן מיט בערך 400 מענטשן. צוליב האָט מען דעמאָלט גערופֿען לונד פֿאַר "ירושלים פונעם צפֿון". די יידן זײַנען געקומען פֿון רוסלאַנד מחמת פּאָגראָמען. אַ סך פֿון זײ זײַנען געקומען פֿון ליטע, למשל פֿון לאַצקאָװאַ, קאָװנע, פּומפּיאַן און טרישקי.[1] הײַנטצוטאָג אָבער װוּינען ניט אַ סך יידן אין לונד - און די נויט איז געװארן אַ רײַך און חנעװדיק שטאָטטײל.

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

  1. Svensson, Anna. Nöden - en shtetl i Lund (1995)