לונד

פֿון װיקיפּעדיע
לונד
Lund
מדינה / טעריטאָריע שוועדן

 ‑ אין שטאָט

87,244‏  (שטייענדיג 2015)

לונד (שוועדיש: Lund) איז אַ שטאָט אין דורעמדיקער שװעדן. עס איז, צוזאַמען מיט סיגטונאַ, די עלטסטע שטאָט אין שװעדן. לונד איז געגרינדעט אַ פּאָר יאָר פֿאַר יאָר 1000. דעמאָלט איז לונד און די פּראָװינץ סקאָנע, װוּ לונד געפֿינען זיך געװען אַ טײל פֿון דענמאַרק.

לונד איז אַ קלײנע שטאָט, אָבער אויך אַ חשובֿע שטאָט, װײַל עס האָט אַ סך װיסנשאַפֿטליכע אינסטיטוציעס; אַן אוניװערסיטעט װאָס דאָמינירט, צװײ נײַע פֿאָרשונגצענטערס (ESS, Max IV) אײנער פֿון דעם האָט טאַקע איצט די שטערקסטע ליכט אין דער װעלט!

פֿון אָנהײַב איז לונד געװען אַ חשובֿע שטאָט פֿאַר דער קאַטוילישער קירך. דאָ אין מיטן פֿון שטאָט איז דער באַרימטער קאַטעדראַל געבויט אין דעם מיטל-עלטער.

צװישען אַן ערך יאָר 1870 און דער צװײטער װעלט-מלחמה איז לונד אויך געװען אַן װיכטיקער אָרט פֿאַר יידן. דעמאָלט איז געװען אַן אָרעם שטאָטטײל װאָס מען רופֿט "די נויט" (שװעדיש:Nöden) װוּ אַ סך יידן זײַנען געװוינט. צוליב האָט מען אַ מאָל גערופֿן לונד פֿאַר "ירושלים דער צפֿון".