די גאר משונהדיקע עלטערן

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוך


די גאָר משונהדיקע עלטערן (ענגליש: The Fairly OddParents) איז אַן אַמעריקאַנישע וויצבילד סעריע. דער סיפּור־המעשׂה איז וועגן אַ ייִנגל מיטן נאמען טימי טערנער (געשפילט דורך טאַראַ סטראָנג) וואָס האָט זיך פּעסטענדיקע עלטערן וועלכע הייסן טאקע נאר טימי'ס מאמע און טימי'ס טאטע, אַ רישעותדיקע קינדהיטערין מיטן נאמען וויקי און להבדיל אויך צוויי פֿעעס מיט די נעמען קאסמא און וואנדא וואָס באַוויליקן אים זײַנע ווינטשונגען.

טימי'ס לערער הייסט דענזעל קראקער און איז אויך זייער געמיין צו אים. ער וווינסט מיט זיינערומצטער. נאר ער ווייסט איבער טימי'ס פע און פארזוכט אלעמאל צו באווייזן דער וועלט אז פעעס זענען אמתדיקעס. אז מען לערנט אז טימי האט פעעס וועט ער זיי פארלירן.

טימי'ס שולפריינדע הייסן טשעסטער מאקבאדבאט (וואס איז זייער ארעם) און איידזשיי (וואס איז זייער אינטעליגענט און רייך).

אין כמעט יעדער עפיסאדע גייט איינע פון זיינע ווינטשונגען שלעכט און ער מוז נאכדעם ווינטשען אז אלץ וואלט זיין ווידער אזוי ווי פארדעם ער האט די ווינטשונג געקריגט.

ער האט ליב א מיידל אין זיינער שולע וואס הייסט טריקסי טאנג.