לדלג לתוכן

די ביטלס

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון די ביטעלס)
די ביטלס
The Beatles

די ביטלס אין 1964. זייגערדיק פון אויבער רעכטס: פאל מאקארטני, רינגא סטאר, דזשארדזש האריסאן און דזשאן לענאן
אנהייב ליווערפול, ענגלאנד
טעטיקייט יארן 1960 - 1970
זשאנער ראָק, פּאָפּ
https://www.thebeatles.com/

די ביטלס (ענגליש: The Beatles) זענען געווען אן ענגלישער ראק טרופע פון ליווערפול וואס אירע מיטגלידער זענען געווען דזשאן לענאן, פאל מאקארטני, דזשארדזש האריסאן, און רינגא סטאר. זיי זענען צווישן די מערסטע קאמערציאנאלע הצלחה'דיגסטע און באקאנטסטע טרופעס אין די היסטאריע פון פאפולער מוזיק.

די ביטלס זענען די בעסט סעלינג מוזיקאלישער אקט פון אלע צייטן אין אמעריקע זינט איר גרינדונג, לויט דער רעקארדינג אינדוסטריע אסאסיאציע פון אמעריקע, וואס סערטעפירט זיי אלס דאס העכסטע אויספארקויף'טער בענד פון אלע צייטן, באזירט אויף אמעריקאנע סעילס פון סינגלס און אלבאמען.

אין בריטאניע האבן די ביטלס ארויסגעגעבן מער פון 40 סארטן סינגלס, אלבאמען וואס האבן דערגרייכט נומער 1 אויפן מארק טאפ רעליסעס.

די קאמערציאלע הצלחה האט זיך איבערגעחאזערט דורכאויס און איבער די גארער וועלט און פיל לענדער און פעלקער: זייער רעקארד קאמפאני אי.עם.איי., האבן אפגעשאצט אז אין 1985 האבן זיי שוין אויספארקויפט איבער א ביליאן דיסק און טעיפ קאפיס פון זייערע ניגונים איבער די וועלט.

אום 2004, האט ראלינג סטאן מאגאזין זיי געלייגט אין ראנג אלס #1 אויפן שפיץ פון זייער ליסטע פון די 100 גרעסטע ארטיסטן פון אלע צייטן. לויט דעם זעלבן מאגאזין, האט זייער אייגענארטיגער שאפענדער מוזיק און קולטור'ליכער אימפאקט געהאלפן דעפענירן די 1960'ער יארן, און איר איינפלוס אויף פאפ קולטור קען זיך נאכאלטס שפירן היינט צוטאגס.