רינגא סטאר

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
Ringo Starr (2007).jpg

הער ריטשאַרד סטאַרקי (ענגליש: Sir Richard Starkey, באקאנט מיטן טריבונע נאמען רינגאָ סטאַר (Ringo Starr), געבוירן דעם 7טן יולי 1940) איז אן ענגלישער מוזיקער און אקטיאר. ער איז מערסטנס באקאנט געווארן אלס דער צימבלער פון "די ביטלס". ער האט מיטגעגאַנגען דער טרופע אין 1962 אנשטאט זייער ערשטער צימבלער, פיט בעסט. ער איז שנעל באַליבט געווארן און איז געווארן זייער פאפולער. נאך דער טרופע האט זיך אויפֿגעשפּאָלט איז ער געווארן א סאלא קינסטלער; צווישן זיינע לידער זענען געווען "It Don't Come Easy", ‏"Photograph" (געשריבן מיט דזשארדזש האריסאן), "You're Sixteen" (מיט פאל מאקארטני און הארי נילסאן) און "(Only You (And You Alone" (מיט דזשאן לענאן און ווידער א מאל מיט נילסאן).

סטאַר האט געשפילט אין א סאך פילמען אויסנעמלעך די וואס ער האט געטאן מיט "די ביטלס", וועלכע שליסן איין "דער צויבערלעכער קריסט" (1969), "דאס וועט ווערן דעם טאג" (1973), "היילמענטש" (1980), און אלס מיסטער קאנדוקטאר אין דער ערשטער סעזאן פון דער טעלעוויזיע סעריע פאר קינדער "גלאַנציקע צייט סטאנציע" (1989). דערנאך האט דער אמעריקאנער קאמיקער דזשארדזש קארלין דאס ראלע גענומען. ער איז אויך געווען דער נאַראַטאָר אין די ערשטע צוויי סעזאנען פון "טאמעס דער טאַנק לאקאמאטיוו און פריינט" (1984-‏1986). אויך האט ער געמאכט א פילם מיט "די ביטלס" מיטן נאמען "א שווערע טאגעדיקע נאכט" אין 1964.