דוד אהרן טווערסקי
רבי דוד אהרן טווערסקי הי"ד (ה'תרל"ב - ה'תש"א) פון זשאריק.
אפשטאם
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי דוד אהרן איז געבוירן אין יאר ה'תרל"ב (אומגעפער), צו זיין פאטער הרב יעקב אריה לייב טווערסקי פון קאוולע, א זון פון הרב אברהם טווערסקי "דער טריסקער מגיד", א זון פון הרב מרדכי טווערסקי, פון טשערנאבל, א זון פון הרב מנחם נחום טווערסקי, "דער מאור עינים". און צו זיין מוטער א טאכטער פון הרב יוחנן טווערסקי, פון רחמיסטריווקא.
רבנות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי דוד אהרן האט זיך אוועקגעצויגן פון וואהלין און זיך באזעצט אין זאוויריטשא, פוילן, אבער ווען ס'האט זיך געשאפן א שפאנונג צווישן זיינע חסידים און די ראדאמסקער חסידים איז ער אריבער קיין זשאריק, און אין יאר ה'תרס"ו האט מען אים דארט אויפגענומען אלס רב.
הסתלקות
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]ביי די צווייטע וועלט קריג איז רבי דוד אהרן אריבער קיין אוסטראה צו זיין זון רבי אברהם, און איז דארט אומגעקומען אויף קידוש השם הי"ד.
פאמיליע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי דוד אהרן האט געהייראט מרת חיה שפרה א טאכטער פון הרב יצחק פרידמאן פון באהוש. זייערע קינדער:
- הרב אברהם טווערסקי הי"ד, רב אין אוסטראה. ער איז אומגעקומען אויף קידוש השם.
- מרת רייזיל הי"ד, די ווייב פון הרב אברהם מרדכי שפירא הי"ד, פון זשאריק, אן אור-אייניקל פון הרב מרדכי פון נעשחיז.
- מרת חוה בת ציון, די ווייב פון הרב אברהם יהושע העשיל טווערסקי (כ"ד אדר ה'תרנ"ה - יום כפור ה'תשמ"ח) פון מאכניווקא-בני ברק.
זעט אויך
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
- נר ישראל ח"ו בערכו (17)