לדלג לתוכן

דוב-בער קערלער

פֿון װיקיפּעדיע
דוב-בער קערלער
קיין פריי בילד
געבורט 6 מערץ 1958 (אלט 66)
מאסקווע, סאוועטן פארבאנד רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
לערנארט אוניווערסיטעט פון אקספארד רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך דיכטער רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

דוב־בער קערלער (ענגליש: Dov-Ber Kerler; געב' 1958) איז אַ ייִדישער לינגוויסט, רעדאַקטאָר און דיכטער (פּאָעטישע ווערק פאַרעפנטלעכט ער אונטערן פּען-נאָמען 'באָריס קאַרלאָוו'). ער איז א פּראָפעסאָר אין אינדיאנע-אוניווערסיטעט.

דוב-בער קערלער איז געבוירן געוואָרן אין 1958 אין מאָסקווע. ער איז דער זון פונעם ייִדישן דיכטער יוסף קערלער. אין 1971 איז ער צוזאַמען מיט די עלטערן עולה געווען קיין ישראל און האָט זיך באַזעצט אין ירושלים. נאָך דער אַרמיי-דינסט אין דער ישראלדיקער אַרמיי האָט דוב-בער קערלער זיך געלערנט אינעם העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים און גראַדויִרט מיט אַ באקאַלאַוור דיפּלאָם אין אַלגעמיינער און אינדאָ-אייראָפּעיִשער לינגוויסטיק און אין יידישער ליטעראַטור. אין 1984 האָט ער אָנגעהויבן זיך לערנען אין דאָקטאָראַנטור פונעם אָקספֿאָרדער אוניווערסיטעט, וווּ ער איז געוואָרן דער ערשטער דאָקטאָראַנט, וואָס האָט זיך ספּעציִאַליזירט אין ייִדיש-שטודיעס. זײַן דאָקטאָראַט-אַרבעט וועגן מקורים פון דער הײַנטצײַטיקער ייִדישער ליטעראַטור-שפּראַך אין מזרח-אייראָפּע האָט דוב-בער פאַרטיידיקט אין 1988.

אין 1999 איז אַרויס זײַן מאָנאָגראַפיע Origins of Modern Literary Yiddish,‏[1] וועלכע ער האָט אָנגעשריבן אויפן סמך פון דער דאָקטאָראַט-פאָרשונג. די מאָנאָגראַפיע איז אין 2004 באַלוינט געוואָרן פון דער מאָדערנער שפראַך אַסאָציאַציע פון אַמעריקע (Modern Language Association of America) ווי די בעסטע אָפּגעדרוקטע ענגליש-שפּראַכיקע פאָרש-אַרבעט איבער ייִדיש פאַר די לעצטע פינף יאָר. צווישן די יאָרן 1989 און 2000 איז דוב-בער קערלער געווען אַ דאָצענט און לעקטאָר פון ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור בײַם אָקספאָרדער אוניווערסטיעט.

אין 2001 איז ער אַריבערגעפאָרן אין די פאַראייניקטע שטאַטן וווּ ער פאַרנעמט די כּהן-קאַטעדרע פון ייִדיש-שטודיעס אין דעם אינידאנע אוניווערסיטעט, אין בלומינגטאָן. זינט 2002 שטייט ער בראָש פונעם Yiddish Ethnographic Project, וואָס אין זײַנע ראַמען ווערן אויפגענומען אויפן ווידעאָ אינטערוויוען מיט די עלטערע ייִדיש-רעדנדיקע אין אוקראַיִנע, מאָלדאָווע, רומעניע און אַ ריי אַנדערע ערטער אין מזרח-אייראָפּע. דער אָפיציעלער נאָמען פון דעם פראָיעקט איז אַהיים (AHEYM).‏[2]

זינט 1993 האָט ער אָנגעהויבן רעדאַקטירן "ירושלימער אַלמאַנאַך", תחילת צוזאַמען מיט זײַן פאָטער, יוסף קערלער און שפּעטער - אַליין.


פּובליקאַציעס (טיילווײַזע רשימה)

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
  • וואו מיט אַן אלף, פאַרלאַג "דרײַ שוועסטער", וויילס, 1996
  • שפּיגל-כתב. געציילטע לידער (יוסף קערלער - באָריס קאַרלאָוו), ירושלים, 1996
  • עלאַברעק. לידער פונעם נײַעם יאָרטויזנט, ירושלים, 2006
  • קאַטאָוועס אָן אַ זײַט: נעכטיקע לידער, 1993 - 2001, ירושלים, 2007
  • מיר איז שטאַרק נוגע, ירושלים, 2012
  • אָנגעצויגענע סטרונע, תל אביב, 2016
  1. Origins of Modern Literary Yiddish
  2. AHEYM שטעלט מיט זיך פאָר ראשי-תיבות פון דעם פולן ענגלישן נאָמען: Archives of Historical & Ethnographic Yiddish Memories.