לדלג לתוכן

יידישע גראמאטיק

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון דאס)

פערזענלעכע פראנאמען

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
נאָמינאַטיוו אַקוזאַטיוו דאַטיוו
1 יחיד (איינצאל) איך מיך מיר
2 יחיד (איינצאל היימיש) דו דיך דיר
3 יחיד זכר (איינצאל מענלעך) ער אים אים
3 יחיד נקבה (איינצאל ווייבלעך) זי זי איר
3 יחיד סתם (איינצאל נייטראל) עס/ס'/סע עס אים
1 רבים (מערצאל) מיר אונז אונז
2 רבים (מערצאל, אויך איינצאל פֿארמאל) איר אייך אייך
3 רבים (מערצאל) זיי זיי זיי


לויט דעם דאַרף מען אַזוי זאָגן און שרײַבן:

  • איך האָב דיך ליב
  • איך קום צו דיר
  • ברענג מיר אַ גלעזל טײ
  • איך נעם דיך אַהײם.

רוב ווערבן גייען מיטן אקוזאטיוו. למשל:

דו זעסט דעם מענטש, איך עס די פֿרוכט, ער שניידט דאס ברויט.

אבער טייל ווערבן גייען סיי מיט אקוזאטיוו סיי מיט דאטיוו, לויט דעם ענין:

געבן - ווען מען גיט א מענטש א זאך, איז די זאך אקוזאטיוו און דער מענטש דאטיוו, ווייל מען גיט די זאך צו דעם מענטש.
שיקן - איך שיק דיר (דאטיוו) א גאלדענעם זייגער (אקוזאטיוו)
שרײַבן - ער שרײַבט זײַן חבר (דאטיוו) א בריוו (אקוזאטיוו)

נאך ווערבן וואס גייען מיטן דאטיוו: גלייבן, דערציילן, ווײַזן, זאגן, טעלעפֿאנירן, ענטפֿערן [1]

אבער לערנען און פֿרעגן גייען מיטן אקוזאטיוו אחוץ ווען מען ניצט א פרעפאזיציע.

עס זיינען דא 2 סארטן זאצן: אַקטיוו און פאַסיוו.

  • אַקטיוו וואָקאַבולאַר איז א זאץ וואס באשרייבט דער טוער אדער די טוערס וו.צ.ב. דער זאץ: "זיי שרייבן ביכער".
  • פאַסיוו וואָקאַבולאַר איז א זאץ וואס באשרייבט דאס געשעהעניש וו.צ.ב. דער זאץ: "די ביכער ווערן געשריבן".

ווען א לאזונג טוט איבערחזרן צוויי מאל א זאך. א שטייגער:

  • קריאת שמע ליינען
  • מים אחרונים וואסער
  • א גוט יום טוב

אנדערשט ווי אין לשון הקודש נוצט מען דעם ב' בלויז ביי ב מיט א פינטל ווי B אבער ביי ב' אן א פינטל ווי V נוצט מען צוויי וו'ס.

פאַר אַן "איינצאל זאך-ווארט", ווען דאס זאך-ווארט הייבט זיך אָן מיט אַ קאָנסאָנאַט, זאגט מען און שרייבט מען אַ (אָן אַ נו"ן), און ווען עס הייבט זיך אן מיט א וואקאל, זאגט מען און שרייבט מען אַן (ענדליך ווי ביי ענגליש).

מעגן געגליכן צו טארן

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

מען ניצט מעגן ביי א פאזיטיוון זאץ און נישט טארן ביי א נעגאטיוון זאץ.

  • אויף דעם - אויפן
  • אונטער דעם - אונטערן
  • איבער דעם - איבערן
  • אין דעם - אינעם
  • ביז דעם - ביזן
  • ביי דעם - ביים
  • נאך דעם - נאכן
  • פאר דעם - פארן
  • פון דעם - פונעם
  • צו דעם - צום


  1. רשימה גענומען פון הירשע-דוד כ"ץ, Grammar of the Yiddish Language, עמוד 77