דאנקי קאנג (ווידעא שפיל)
דאָנקי קאָנג (ענגליש: Donkey Kong) איז אן אַרקייד ווידעא שפיל וואס נינטענדא האט פאבריצירט אין 1981. ער איז אויסגעפורעמט געווארן דורך שיגערו מיאַמאָטאָ און גונפיי יאקוי נאך וואס זייערע אנדערע שפילן האבן דורכגעפאלן אין צפון אמעריקע. ער איז דער ערשטער שפיל אין וועלכער מאַריאָ (וואס איז גערופן שפרונגמאַן) און דאָנקי קאָנג באווייזן זיך, וואו מאַריאָ דאַרף קריכן א קאנסטרוקציע ארט צו ראטעווען זיין חברטע פּאלין פון דער גארילע דאנקי קאנג.
דער שפיל
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]דער שפילער איז שפרונגמאַן. ער דאַרף קלעטערן צום שפיץ פון דעם שטאפל צו דערגרייכן זיין חברטע פאלין, וואס איז אוועקגעכאפט געווארן דורך דאנקי קאנג וואס האט אנטגעלאפן פון א זאא. עס זענען דא פיר פארשידענע שטאפלען, און דאנקי קאנג האט פארשידענע געווער ביי יעדע שטאפל. דאנקי קאנג ווארפט באַרילקעס אראפ א צעשטערטע קאנסטרוקציע ארט, און שפרונגמאַן דאַרף קלעטערן לייטערס און שפרינגען איבער די באַרילקעס ווען ער דערגרייכט צום שפיץ. ער קען כאפן א האמער צו באזיגן שטערונגען, און יעדן שטאפל האט דריי פון פאלינ'ס זאכן וואס געבן באנוס פונקטן.
"מאַריאָ" סעריע | ||
---|---|---|
פרייַערדיקע "מאַריאָ" שפילן | ||
הויפט סעריע | ||
כאראקטערן | מאריא • לואידזשי • פרינצעסין פיטש • טאד • באוזער • וואריא • יאשי • דאנקי קאנג • ראזאלינא • פרינצעסין דייזי • וואלואידזשי • בערדא • קופא טרופא • גומבא |