גרעגארי קומט צוריק אהיים
מראה
גרעגארי קומט צוריק אהיים איז א דיקער בוך וואו עס ווערט געשילדערט א העכסט דראמאטישע לעבנס-געשיכטע פון א טאטע מיט א זוהן פון רוסלאנד, אנגעהויבן ביי די צווייטע וועלט מלחמה און געענדיגט יארן שפעטער ווען זיי האבן דעזערטירט קיין אמעריקע.
דער בוך איז ארגינעל געשריבן אין די רוסישע און אונגארישע שפראך און איז איבערגעזעצט געווארן אויף יודיש דורך המסביר טרענסלעישן סערוויסעס (HAMASBIR TRANSLATION SERVICES).
עס איז געדרוקט און פארשפרייט דורך דפוס המעתיק אין ברוקלין, ניו יארק ה'תשס"ח און אנטהאלט 43 קאפיטלען אין 640 זייטן.