אויסגראבער

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון גראבמאשין)
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוך
Kettenbagger CAT 325C LN.jpeg

אן אויסגראָבער אדער עקסקאַוואַטאָר (ענגליש: Excavator) איז א סארט שווערע מאשין. אויסגראָבערס ווערן באניצט צו גראָבן אין דער באדן אדער צו באַוועגן גרויסע אָביעקטן. די באַזע פון דער מאשין האט געוויינטלעך צוויי קייטן פאר באַוועגונג. איבער די קייטן איז א פּלאַטפֿאָרמע וואס דרייט זיך אום 180° אדער 360° גראַד. דער אָפּעראַטאָר זיצט אין א קאבינע און קאנטראלירט דעם אויסגראָבער. איין קאנטראל סיסטעם באוועגט די מאשין פֿאָרווערטס און אַהינטער, און די אנדערע אַקטיוויזירט דעם אָרעם און די לאָפּעטע.

אויסגראָבערס קומען אין פארשידענע גרייסן לויט דעם סארט ארבעט זיי פֿירן אויס. עטלעכע אויסגראָבערס ניצן קאַבעלן, און עטלעכע האבן רעדער אנשטאט קייטן.

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

Commons-logo.svg
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: אויסגראָבערס