גערשט
מראה
גערשט | ||||||||||||||||||||
---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|
גערשטן פעלד
| ||||||||||||||||||||
וויסנשאַפֿטלעכע קלאַסיפֿיקאַציע | ||||||||||||||||||||
| ||||||||||||||||||||
בינאמינאלישער נאמען | ||||||||||||||||||||
Hordeum vulgare L. |
גערשט, א געוואוקס פון דער גראז פאמיליע, איז א וויכטיקער מין פון תבואה. גערשטן ווערן ברייט געניצט ווי געפיטער פאר בהמות, צו מאכן אלקאהאלישע געטראנקען ווי ביר, וויסקי און דזשין, צו קאכן אין פארשידענע עסנווארג, און אין טייל ערטער מאכט מען דערפון ברויט. נאך פון אוראלטע צייטן מאכט מען מאלץ פון גערשטן.
אין יאר 2007 איז גערשט געווען די פערטע מערסטע פארשפרייטע תבואה אין דער וועלט, סיי אין כמות פראדוצירט (136 מיליאן טאן) סיי אין שטח איינגעזייט (566,000 ק"מ2).
אין יידישקייט
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]גערשט איז איינער פון די שבעת המינים דערמאנט אין דער תורה (פרשת עקב). ס'איז א גאנץ פארשפרייטער מנהג צו געבן גערשטן אריין אין דעם טשאלנט וואס מען עסט שבת בייטאג.