ברוך בער לייבאוויץ
מראה
(אַריבערגעפֿירט פון ברוך בער לייבאָוויץ)
געבורט |
1866 תרכ"ד סלוצק, רוסלענדישע אימפעריע |
---|---|
טויט |
1939 (אלט 73 בערך) ה' כסלו ת"ש ליטע |
זיינע רביס | חיים סאלאווייטשיק |
רבי ברוך בער (דוב) לייבאוויץ (תרכ"ד- ה' כסלו ת"ש) איז געווען דער ראש ישיבה פון דער ישיבה "כנסת בית יצחק" אין סלאבאדקע און שפעטער אין ליטווישער קאמעניץ (היינט אין בעלארוס). זיינע חידושי תורה זענען געדרוקט אינעם ספר "ברכת שמואל".
ביאגראפיע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי ברוך בער איז געבוירן אין סלוצק אין יאר ה'תרכ"ד צו זיין פאטער הרב שמואל דוד. אלס קינד האט ער שוין געקענט צוויי סדרים פון גמרא, און זיין פאטער האט אים אריינגעברענגט אין דער וואלאזשינער ישיבה.
ער האט חתונה געהאט מיט דער טאכטער פון הרב צימערמאן, דער רב פון מוש און האלוסק. ווען זיין שווער האט גענומען דאס רבנות פון קרעמענשאג, איז רבי ברוך בער געוויילט געווארן רב פון האלוסק.