האלוסק
מראה
|
האַלוסק אדער הלוסק (בעלארוסיש און רוסיש: Глуск גלוסק, פּויליש: Hłusk) איז א שטעטל אין מאהיליאווער גובערניע, בעלארוס, 47 ק"מ דרום־מערב פון באברויסק.
געשיכטע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]האלוסק ווערט דערמאנט צונערשט אין דאקומענטן פונעם 15טן יארהונדערט. אין 1655 האבן די קאזאקן פֿארטיליגט דאס שטעטל. ביי דער צווייטער טיילונג פון פוילן איז האַלוסק געווארן א טייל פון דער רוסלענדישער אימפעריע.
יידישע געשיכטע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אין 1897 איז די יידישע באפעלקערונג אין האלוסק געווען 3,801.[1]
צווישן די רבנים פון האלוסק זענען געווען הרב אברהם יצחק צימערמאן און זיין איידעם הרב ברוך בער לייבאוויץ.
דעם 28סטן יוני 1941 האבן די נאציס אקופירט האַלוסק.