ברעד פיט
| געבורט |
18 דעצעמבער 1963 (אלט 62) פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע |
|---|---|
| מדינה |
פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע |

וויליאם ברעדלי פּיט (ענגליש: William Bradley Pitt; געבוירן דעם 18טן דעצעמבער 1963) איז אן אמעריקאנער פילם אקטיאר און פראדוצירער.
קאריערע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]פיט איז געבוירן געווארן אין אקלעהאמע אויפגעצויגען אין מיזורי פרובירט זשורנאליזום און אין 1986 איז ער אריבער געפארען קיין האליוואד אויספרובירען זיין גליק מיט א נישטיגע $325 דאלער אויף אים.
און 1988, די ערשטע מאהל געווען אין א געהעריגע פילם פארדינט פאר דעהם א וואך $1,523 פאר זיבן וואכן. ביז 1991 ווי ער האט אנגעהויבן מיטען שפיץ ארויף געווען אין דריי פילמען, אקאדעמיע פריז געוואונען אין 1995, באוואוסט פון די פילמען "קעמף קלוב" (1999), "מיסטער און מיסז סמיט" (2005), "די אשענס" און נאך.
אין 2006 איז ער געווען דער 20'סטע אויפן ליסט ביי פארבס פון די 100 ערשטע מערסט פאפולערער פיגור'ס צוליב זיין סעקסואלען אויסזעהן און טאלאנירטע ווערק - זיך טרעפן מיט אנדזשעלינא דזשאלי און אפ'פטר'ן זשעניפער עניסטאן האבען א סאך צוגעגעבען צו די בּאָז.
ער האט פארדינט די יאר א געשאצטע 25 מיליאן דאלער. ברעד פיט איז נאכאמאל אין 2006 נאמינירט געווארן אלץ די סעקסיעסט מאן אויף די פלאנעט וואס לעבט, דורך א אנקעטע פון ניו יומען מאגאזין - "New Woman magazine" - וואו איבער 10,000 פרויען האבען זיך באטייליגט.
אין 1995 איז ער געווארן ערוועלט אלץ איינער פון די 25 אטראקטיווע אקטיארן פון אלע צייטען.
וועבלינקען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
ברעד פיט ביי דער אינטערנעץ פילם דאטעבאזע (אויף ענגליש)
ביוגראַפֿיע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]פּיט איז געבוירן געוואָרן אינעם שטעטל שוני, אין אָקלאַהאָמע, אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, צו אַ קריסטלעכע באַפּטיסטישע משפּחה פֿון אַ בריטישן שטאַם. ער איז אויפֿגעוואַקסן אין אין ספּרינגפֿעלד, אין מיזורי. זיַין מאַמע, דזשיין אַטאַ, איז געווען אַ שולישע וועגוויַיזערין, און זיַין טאַטע, וויליאַם אַלבין פּיט, איז געווען דער בּעל בּית פֿון אַן איבערפֿירנישנ'ס פֿירמע. פּיט האָט געהאַט צוויי יונגע ברידער, דאַגלעס און דזשאָני. אין שולע, ר'איז געווען אַקטיוו אין מאַנשאַפֿטן פֿון גאָלף, שווימען און טעניס, אין דעם שולערס-ראַט, אין די אָרגאַניזירונגען פֿון דער שולע'ס פּיעסעס און ער איז אויכעט געווען אַ כאָר ייִנגל אין דער קירך. נאָך שולע, ער איז געגאַנגען לערנען זיך זשורנאַליזם אינעם מיזורי'ס אוניווערסיטעט, אָבער ער האָט אַוועקגעלאָזט דעם אוניווערסיטעט צו פּרוּאוון זיַין מזל אין האָליוואוד.
פֿאַרדעם וואָס ער האָט אָנגעבויבן צו אַרבעטן אַלס אַן אַקטיאָר, ער האָט געאַרבעט אַלס אַ שאַפֿיאָר פֿון לימוזינעס, אין אַרומפֿירענישן און פּובּליקירונג רעסטאָראַנטן אין אַ פֿאַרקליידונג פֿון אַ האָן.