בערטע לעלטשוק
בערטע לעלטשוק (1901 - ??) איז געווען א יידישע אקטריסע און שרייבערקע.
בערטע לעלטשוק איז געבױרן געװאָרן אין 1901 אין פּינסק. זי האָט איבערגעלאָזט איר משפּחה װי אַ פֿערצניאָריקע מײדעלע און געפֿאָרן קײן סאָקאָלאָװ װוּ זי האָט געאַרבעט װי אַ לערערקע אין אַ קינדער-הײם פֿאַר ײדישע יתומים. זי האָט אין דער זעלבער צײַט שטוּדירט אין אַ װאַרשאַװער דענטיסט-שוּל. שפּעטער האָט זי טאַקע געאַרבעט װי אַ צײן-דאָקטאָרשע, אָבער אױך װי אַן אַקטריסע װאָס האָט געשפּילט אין י.ל. פּרצעס אוּן אַ. רײזענס אײנאַקט ערס. נאָך מער האָט זי געשפּילט װען זי איז אָנגעקומען קײן אַמעריקע (1923), נישט נאָר אױף דער בינע, אָבער אױך אין דער פֿילם-אינדוסטריע, אפֿילו אין האָליװוֹד. זי איז געװען אַן אַקטריסע בײַ מאָריס שװאַרצן אין זײַן באַװוֹסטן קונסט-טעאַטער. זי האָט געשפּילט סײַ אױף ײדיש, סײַ אױף לשון-קודש. בערטע לעלטשוק איז געװען אַ סאָציאַליסטקע און זי האָט אָנגעשריבן רירעװדיקע קורצע דערצײנונגען אוּן אַרטיקלען פֿאַר אַזעלכע זשורנאַלן װי: מאָרגן-זשורנאַל, ליטעראַרישע בלעטער, דער מאָמענט, מאָרגן-פֿרײַהײַט אוּן א סך אַנדערע. אין איר װערק האָט זי געשריבן װעגן אָרעמע-לײַט, ספּעציעל קינדער. זי האָט באַניצט אַ שאַרפֿן לשון מיט שטאַרקע װערטער װעגן רײַכע קאַפּיטאַליסטן. אירע דערצײלונגען זענען פּוּבליצירט געװאָרן אין אַ בוּך-פֿאָרעם. מען קען זײ געפֿינען אינעם באַנד אוּנטער דעם טיטל ״שאָטנס אױף דער זוּן״. מען װײסט נישט גענױ װוּ, װי אוּן װען זי איז געשטאָרבן.