לדלג לתוכן

בלומען אונטער שניי

פֿון װיקיפּעדיע

בלומען אונער שניי איז א בוך פון יודישע לידער געשריבן פון בער גרין און ארויסגעגעבן דורך דאון-טאון איקאר און פארלאג סיגנאל ביים פּראָלעטפּען אין ניו יארק אום 1939.

עס איז געדריקט דורך לינגוויסט פאבלישינג. דער שער-בלאט איז געצייכנט פון מאָריס פּאַס.

עס איז געשריבן לויט די סאוועטיש-יודישע שיטה, אז די העברעיאישע ווערטער וועהרן אויך אויסגעלייגט לויט די יודישע גראמאטיק.

די ליעדער וועהרן נישט אפגעטיילט אויף א פרישע בלאט יעהדע איינע, ווי עס איז דער שטייגער בא רוב פאעטישע ביכער. בס"ה אנטהאלט עס 109 זאהטן.

דאס בוך אנטהאלט די פאלגנדע אכט אפטיילונגען:

  • אין קאמף, 22 ליעדער וואו ער באזינגט דער קאמף פאר די סאציאליסטישע רעוואלוציע אין רוסלאנד, כאווער לענין אא"וו
  • ניו יארק, אכצן ליעדער איבער ניו יארק סיטי און איהר לעהבנסשטייגער
  • נעגערס, דראצן ליעדער איבער מיטלייד צו די אינטערדריקטע שווארצע און זייער מיטמאכענישן
  • מארטירער, פינעף ליעדער
  • אמעריקאנער לאנדשאפט, פינעף ליעדער
  • ברויט און ליד, פערצן ליעדער געווידמעט די יודישע ערד-ארבעטער אין סאוועטן-פארבאנד
  • שטאַם, צוויי ליעדער, "טאטע" און "מאמע"
  • ליריק, אכצן ליעדער