בית הכסא

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

בית הכִסא (שירותים אין העברעיש און טוילעט אין לע"ז) איז וואו מ'גייט דארטן ארויס, צו לייגן די אלע אפאפלן פון מענטשן. צו רעדן איידל רופט מען דאס בית הכסא אדער רעסט רום אויף ענגליש.

א טוילעט אויפן פעלד

א דעזיגנירטער באהאלטן ארט אדער צימער ווי דער מענטש גיבט ארויס און טוט פארניכטן דער אָפּפאַל וואס אנטוויקלט זיך אין דעם מענטשן.

און די אמאליגע צייטן איז דער ארט געווען אין אן איזאלירטער כאטקע אין הויף אדער פעלד, אפגעזונדערט פון ווי מ'האט געוואוינט. די טוילעט איז געווען אן אויסגעגראבענע גרוב אויפן פעלד, און מ'האט עס באדעקט מיט ערד, אדער פארשיט מיט וואסער.

אין דער היינטיגער מאדערעניזירטער וועלט איז דאס א צימער אינווייניג וואו מען וואוינט, ווייל עס ווערט פארשיט אין א קאנאל.


לויט די אידישע הלכה טאר מען נישט דארטן טראכטן פון הייליגע זאכן אדער דברי תורה, ווייל עס הערשט א טומאה, - אומריינקייט דארטן.

היינט איז שוין פארהאנען ספעציעלע פארטעבעל טוילעטס, וואס ווערט געווענליך באניצט פראוואזאריש, ביי ארבעטס פלעצער אדער א ארט ווי מ'דארף צייטוויליג בתי כסאות, פארן געברויך פון א גרעסערע ציבור, אויף א קורצע וויילע.