לדלג לתוכן

בית הכנסת אברהם אבינו

פֿון װיקיפּעדיע

בית הכנסת אברהם אבינו איז א שול אין חברון, וואס ווערט גערופן נאך אברהם אבינו. די שול איז געגרינדעט געווארן דורך א גרופע אידן וועלכע זענען ארויפגעקומען פון שפאניע.

די שול נאך די תרפ"ט ראיאטן

ביי די ביטערע תרפ"ט פאגראמען, האבן די צעווילדעוועדעטע אראבער חרוב געמאכט די שול.

מען האט איבערגעבויעט די שול און היינט ווערט די שול באנוצט יעדע שבת.  

לויט א לעגענדע וואס ווערט געברענגט אין ספרים (תפארת שלמה, פרשת לך),  האט איין יום כיפור געפעלט א צענטער פאר מנין אין שול. א עלטערע איד איז אנגעקומען אין שול, און משלים געווען מנין פאר גאנץ יום כיפור. נאך יום כיפור איז דער איד געקומען אין חלום צום חזן פון דער קהילה, און אים געזאגט אז ער איז אברהם אבינו. זינט דאן האבן די  מתפללים גערופן די שול בית הכנסת אברהם אבינו.