בינארישע אפעראציע

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוך

אין מאטעמאטיק, איז א בינאַרישע אפעראַציע א פעולה וואס ווערט אויסגעפירט צווישן צוויי עלעמענטן אין א סכום (לאו דווקא צוויי באזונדערע עלעמענטן). מער פארמאל: א בינאַרישע אפעראַציע איז א פונקציע פון די געארדנטע פארן פון עלעמענטן פון א סכום צום סכום; אין מאטעמאטישע סימבאלן: פארן סכום איז א בינאַרישע אפעראַציע א פונקציע . טיילמאל איז א טיילווייזע פונקציע, ווי למשל, מען קען נישט צעטיילן מיט נול.

צוגאב, אראפנעם, טאפלונג און צעטיילונג זענען באוואוסטע בינאַרישע אפעראַציעס. אויך מאטריץ־טאפלונג איז א בינאַרישע אפעראַציע.

בינאַרישע אפעראַציעס זענען די באזע פון אלגעברעישע סטרוקטורן וואס מען פארשט אין אבסטראקטער אלגעברע. ביישפילן פון סטרוקטורן מיט בינארישע אפעראציעס זענען גרופע, רינג און פעלד.

אפטמאל צייכנט מען א בינאַרישע אפעראַציע מיטן סימבאל צווישן די צוויי עלעמענטן ("אינפֿיקס"), למשל, דער צוגאב אפעראטאר שרייבט מען , נישט אין פונקציאנעלער נאטאציע .

זעט אויך[רעדאַקטירן | רעדאקטירן מקור]

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאקטירן מקור]

Commons-logo.svg
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: בינארישע אפעראציע