באריס קאלקער
געבורט |
15 יולי 1939 (אלט 85) סאוועטן פארבאנד |
---|---|
מדינה | סאוועטן פארבאנד, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע, מאלדאווע, רוסלאנד |
וואוינארט | קליוולאנד |
באריס קאלקער (רוסיש: Колкер Борис Григорьевич) (געבוירן געווארן דעם 15טן יולי 1939), איז א לערער פֿון פֿרעמדע שפּראַכן און א איבערזעצער, עספּעראנטאלאג, מחבר פֿןו דרײַ לערנביכער פֿון עספּעראַנטא פֿאַר פֿאַרשידענע ניוואען.
ביאָגראפֿיע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]קאָלקער איז געבוירן געוואָרן אין דער שטאָט טיראספאל, מאָלדאָוויע, ראטן פארבאנד. זײַנע עלטערן שטאַמען פֿון אַ ייִדיש שטעטל באַלטע, אַדעסער געגנט, אוקראַיִנע, און די אורעלטערן - פֿונעם שטעטל קאָלקי אין צפֿון-מערבֿ- אוקראַיִנע.
קאָלקער האָט אָנגעהויבן זיך לערנען עספּעראַנטאָ אין 1957. דאָקטאָר פֿון שפּראַכוויסנשאַפֿט, פֿאַרטיידיקט די דיסערטאַציע אויף דער טעמע פֿון עספּעראַנטאָ. מחבר פֿון עספּעראַנטאָ-לערנביכער, אַרטיקלען און רעצענזיעס אין געביט פֿון אינטערלינגוויסטיק. אַ דאַנק גרויסער פּאָפּולערקײט פֿונעם בוך "אַ נסיעה אין עספּעראַנטאָ-לאַנד" (Vojaĝo en Esperanto-lando) איז ער געוואָרן באַרימט ווי ציצעראָן אין עספּעראַנטאָ-וועלט.
אין 1993 האָט זיך באַזעצט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. וווינט אין דער שטאָט קליוולאנד, שטאַט אָהײַאָ.
מיטגליד פֿון דער עספּעראַנטאָ-אַקאַדעמיע. ערן-מיטגליד פֿון עספּעראַנטאָ-וועלט-פֿאַראיין (UEA). מיטגליד פֿון דער אַקאַדעמיע פֿאַר עספּעראַנטאָ-ליטעראַטור (ALE). מיטרעדאַקטאָר פֿון אַ חודש-זשורנאַל "Monato". אין משך פֿון צוויי צענדליק יאָר פֿירט אָן מיט פֿילצאָליקע הינטער-אויגיקע קורסן אין רוסלאַנד, וועלכע האָבן פֿאַרענדיקט אַרום 900 מענטשן. געלייענט לעקציעס פֿון עספּעראַנטאָ אין די אַמעריקאַנער אוניווערסיטעטן פֿון סאַן-פֿראַנציסקאָ און האַרטפֿאָרד.
הײַנט צו טאָג פֿירט קאָלקער אָן מיט אינטערנאַציאָנאַלע הינטער-אויגיקע קורסן פֿון דער העכערער קוואַליפֿיקאַציע (IPKK).
אין פֿאַרשיידענע צײַטן געווען איינער פֿון די גרינדערס און אָנפֿירערס פֿון סאָוועטישער יוגנטלעכער עספּעראַנטאָ-באַוועגונג SEJM (Sovetia Esperantista Junulara Movado), פֿאַרבאַנד פֿון סאָוועטישע עספּעראַנטיסטן ASE (Asocio de Sovetiaj Esperantisto), עספּעראַנטאָ-פֿאַרבאַנד פֿון סאָוועטישע רעפּובליקן SEU (Sovetrespublikara Esperanto Unio), רוסלענדישן פֿאַראיין פֿון עספּעראַנטיסטן REU (Rusia Esperantista Unio), מיטגליד פֿון קאָמיטעט און הויפּט-באַפֿולמעכטיקטער פֿון עספּעראַנטאָ-וועלט-פֿאַראיין (UEA). אויסגעטראָטן מיט באַריכטן אויף אַ סך וועלט-קאָנגרעסן פֿון עספּעראַנטיסטן (אָנהייבנדיק פֿון 48סטן קאָנגרעס פֿון 1963 אין סאָפֿיע, בולגאַריע), טעמאַטיש קאָאָרדינירט דעם 85סטן קאָנגרעס אין תּל-אַבֿיבֿ.
דיסערטאַציע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- בײַטראָג פֿון דער רוסישער שפּראַך אין דער אויסבילדונג און אַנטוויקלונג פֿון עספּעראַנטאָ (אין רוסיש Вклад русского языка в формирование и развитие эсперанто). מאָסקווע, וויסנשאַפֿט-אַקאַדעמיע פֿון פֿססר, אינסטיטוט פֿאַר שפּראַכוויסנשאַפֿט, 1985. דאָקטאָר-אַרבעט אין לינגוויסטיק, רוסיש.
לערנביכער
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- Учебник языка эсперанто. Основной курс. (לערנבוך פֿון דער שפּראַך עספּעראַנטאָ, גרונטקורס)
- Эсперанто за 16 дней. Экспресс-курс. (עספּעראַנטאָ אין 16 טעג. עקספּרעסקורס)
- Международный язык эсперанто. Полный учебник. (אינטערנאַציאָנאַלע שפּראַך עספּעראַנטאָ. פֿולער לערנבוך).
- Vojaĝo en Esperanto-lando. Perfektiga kurso de Esperanto kaj gvidlibro pri la Esperanto-kulturo (אַ נסיעה אין עספּעראַנטאָ-לאַנד. וועגווײַזער אין דער עספּעראַנטאָ-קולטור)