לדלג לתוכן

בארד

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון באָרד)
בארד פון ג'וזפה ורדי
אן ארטאדאקסישער איד מיט א לאנגער בארד.

באָרד איז די האר וואס וואקסט אויפ'ן אונטערשטן טייל פון פנים און באקן.

דאס געפירעכץ פון לאזן וואקסן א בארד איז אנגעוואנדן אין די סאציעלע און קולטוראלע ווינטן, אריינגערעכנט די מאמענטיגע מאדע.

אין אור-אלטע געזעלשאפטן האט א בארד געקענט האבן פארשידענע מיינונגען. ביי די עגיפטישע פאלק האט עס באדייט אבילות, און אין אלגעמיין האט מען עס נישט געלאזט וואקסן פאר שיינקייט.

די אמאליגע פעלקער פון דער ווייטן און מיטל מזרח, אריינגערעכנט די פערסן, אידן, און אראבער, האבן געזעהן א בארד אלץ א סימן פון א קלוגער און אנגעזעהענער מאן און דער בארד האט ארויסגערופן עהרע און רעספּעקט. אויך האט געהייסן אז דאס געט צו צום הדרת פנים.

ביי די רוימישע איז א בארד געווען א סימן פון פשטות און נידעריגע געזעלשאפט קלאס -- באדינער און קנעכט זענען נישט געווען ערלויבט צו שניידן דעם בארד.

גאווערנאר טאמאס סוואן פון פענסילוועניע. בערד זענען געווען אין דער מאדע ביי די יארן פון דעם אמעריקאנער בירגער קריג

אמאליגע אמערקאנע פרעזידענטן, ארמיי אפיצירן, און אנגעזעהענע לייט פלעגן אפט לאזן וואקסן די בערד ווענדנדיג אין דעם טעגליכן מאדע. די בערד פלעגן זיין צומאל אינטערעסאנט געפארעמט, איבערגעלאזט נאר ביי די זייטן אדער א לאנגער דינער בארר פון דער מיטן.

אין מערב אייראפע, פון בערך דעם 17טן יארהונדערט, האט מען אנגעהויבן אראפצונעמען די בערד. אבער עס זענען געווען געוויסע תקופות, אפילו שפעטער, וואס דער מאדע איז געווען צו לאזן די בארד. צומאל האט זיך עס געוואנדן אין די געזעלשאפט -- געוויסע צייטן האבן גלחים געשוירן די בארד אבער נישט די המון עם, און אנדערע צייטן האט די המון עם געשוירן אבער נישט די גלחים. אין אנדערע צייטן האבן קאטוילישע גלחים געלאזט וואקסן די בארד און נישט די פראטעסטאנטישע, און צומאל פארקערט.

אין די תורה שטייט "ופאת זקנם לא יגלחו". חז"ל האבן געלערנט אז דאס פערבאט צו שערן דעם בארד מיט א גאלמעסער (ראזיר מעסער) ווייל עס שניידט ביז אין די הויט אריין. א שערל איז אבער נישט גע'אסר'ט ווייל עס שניידט נאר דורך רייבן איין שארפע מעסער אויפ'ן אנדערן. אזוי אויך א שער מאשין.

מיט'ן אנקום פון דעם עלעקטרישן גאלער איז ערלויבט געווארן זיך צו שערן די בארד גלאטיג וויבאלד עס ארבעט דורך צוזאמרייבן צוויי (אדער מער) שארפע מעסערלעך.

פילע אידן, איבערהויפט פון חרד'ישע קרייזן, שערן נישט די בערד כאטש די פילע היתרים. די הויפט סיבה איז אויף צו האלטן די אידישע מסורה אין לבוש, וויבאלד דער גאנצער מנהג פון זיך שערן די בארד ביי ארטאדאקסן איז א נייער.

אין זוהר ווערט די בארד ערקלערט אלץ אן ענין פון הייליגקייט און טוט שטרענג ארומגערעדט אנטקעגן שערן פון דעם אפילו א האר.[פֿעלט אַ מקור] דערפאר פירן זיך פילע חסידים אז זיי רירן נישט צו די בארד בכלל.