שער מאשין

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

א שער מאשין איז געאייגענט זיך אפצושערן די האר, בעיקר פון קאפ, בארד, וואנצעס, און אנדערע ערטער. עס איז פשוט שנעלער, לייכטער און ווייניגער ווייטאגליכער, ווי ווען מ'נוצט אנדערע וועגן פון זיך שערן, און קען נישט שעדיגן אין קיין שום פאל, לויטן שטייגער וויאזוי די שנייד מעסערלעך זענען אויסגעשטעלט.

אמאל האט מען אפערירט שער מאשינען מיט דער האנט, אבער היינט האבן זיי געוויינלעך אן עלעקטרישן מאטאר. עס איז פארהאנען שער מאשינדלעך, מיט א דראט וואס מ'שטעקט איין אין א וואנט קאנטאקט, און ס'דא וואס ארבעטן מיט באטעריעס. אבער די מיטן דראט, ארבעטן בעסער און שטערקער.

מען קען אנשטעלן די מאשין, זאל שערן אויף געוויסע מאס ציפערן, וויפיל נאנט צום הויט מ'וויל זיין גלאט אן האר, צי א מילימעטער צי 'טריפל זערא'.