באַניצער רעדן:פוילישער/סעפטעמבער ארכיוו 2017
מיין טייערער פריינד
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]איך האב קלאר געשריבן אז דער ארטיקל איז נאך נישט גרייט , און איך ארבעט אויף דעם. און דו קומסט כדי צוריק צודרייען דעם בלאט. לאז מיר ענדיגען שרייבן רואיגערהייט. צווייטנס מען שרייבט נישט אנטלאפן נאר אנטלויפן. מען שרייבט נישט שטענדיג אזוי ווי מען רעדט. Davidik500 (רעדן) 18:37, 30 אויגוסט 2017 (UTC)
דערצו שרייבט מען פערטלן און נישט פערטלעך. קענסט אפילו געבן א קוק אין ווערטער בוך טאמער דו ווילסט. Davidik500 (רעדן) 18:45, 30 אויגוסט 2017 (UTC)
- אנטשולדיקט. כ׳האב נישט באמערקט אז דו האלטסט נאך אינמיטן שרייבן. וועגן ״אנטלאפן״ און ״פערטלעך״–וועלכע ווערטערבוך ניצסט דו? --פוילישער 21:16, 30 אויגוסט 2017 (UTC)
- וויבאלד בין איך אויפגעוואקסן גלייכצייטיג אויף צוויי שפראכן, אידיש און עברית ניץ איך נישט קיין ווערטערבוך געווענליך, נאר ווען ס'איז טרעפן זיך אזעלכע ווערטער וואס דער היימישער עולם קוים ניצט, עפען איך אויף דעם ווערטערבוך. דא האט איר א ביישפיל http://www.iddish.co.il/Dictionary.aspx, און נאך פאר איך האב עס געעפנט האב איך געוואוסט אז מ'שרייבט פערטלן און נישט פערטלעך, און נאכדעם האב איך עס אויסגעפינען אויכעט אין דעם אויבערדערמאנטן ווערטערבוך. פערטלעך קען מען ניצן אין מאטעמאטיק, אבער ווען עס קומט צו געגנטער די באדייטונג און דער טייטש זענען אינגאנצן נישט די זעלבע. און וועגן אנטלויפן, דאכט זיך מיר אז די שרייבערס אין די צייטונגען "דער בלאט" און "דער איד"וואס מ'ליינט שרייבען אויכעט אזוי, און אלס א אידיש רעדער (מאמע לשון) און אלס א אידיש ליינער, קען איך זאגן אז עס איז ריכטיג.
- און נאך א זאך, איך האב באמערקט אז פילצאליגע ארטיקלען זענען געשריבן געווארן אויף רוסישן/ליטווישן דיאלעקט (וואס איז היפש אנדערעש פון אונזערן דיאלעקט), טראצדעם וואס די מערהייט פון די ליינערס זענען היימישע אידן וואס שטאמען אפ פון אונגארן און א טייל פון פוילן אויכעט, און אויב מיין מיינונג איז אויכעט עפעס וויכטיג האלט איך אז מ'דארף א ביסל טוישן, און פראבירן צו ניצן דעם היימישן דיאלעקט מער (פארשטייט זיך אז איך מיין נישט אז מ'דארף איבערשרייבן יעדער ארטיקעל פונדאסניי, אבער אביסל ענדערן דעם סטייל פון שרייבן).
- כ'וועל מיך שטארק פרייען צו הערן דיין מיינונג וועגן דעם אויך.
- Davidik500 (רעדן) 01:41, 31 אויגוסט 2017 (UTC)
- וועגן דעם סטיל פון שרייבן ארטיקלען, איז שוין לאנג אנגענומען סיי אין ענגליש וויקיפעדיע סיי דא אין יידיש וויקיפעדיע אזוי ווי מער ווי איין סטיל איז כשר, נארמאל נישט צו ענדערן אן ארטיקל וואס איז שוין געשריבן.
- איך האב חלילה נישט קיין טענות אויף אייער שרייבן; פארקערט איר שרייבט זייער געהעריג און ליינבאר. לגבי דעם ווארט אנטלאפן (פארגאנגענהייט פארעם) זע איך נישט אין קיין שום ארט אז מען קען דאס ווארט שרייבן ״אנטלויפן״ (דאס איז דער אינפיניטיוו פארעם) אויך אין אייער ווערטערבוך שרייבט מען אנטלאפן. איר קענט שרייבן פערטלען (מיט אן ״ען״).
- איך בעט אייך נאכאמאל, הערטס אויף ביטע צוריקצודרייען מיינע בלעטער. איך שרייב געהעריג אזוי ווי ס'דארף צו זיין, און די וועג וואס מ'שרייבט איז ריכטיג. איך בין געצווינגען יעצט צו איבעררעאדאקטירן צוריק וואס איך האב שוין געשריבן און שווער געארבעט אויף. אין דעם צוקונפט ביטע אויב דו ווייסט נישט עפעס. אז די וועסט חרוב מאכן בלעטער אויף רעכטס און אויף לינקס קיינער וועט נישט וועלן ביישטייערן Davidik500 (רעדן) 14:48, 1 סעפטעמבער 2017 (UTC)
- אידיש שרייבט זיך נישט אויף איין וועג, און איבערהויפט היינט צו טאגס, און מ'דארף רעספעקטירן אנדערע אויך. מסתמא ליינסטו נישט קיין היימישע צייטונגען אדער ביכער און דו זעהסט נישט וויאזוי שרייבט מען דארט, און דערפאר מיינסטו אז ס'איז עקזיסטירט נאר איין Davidik500 (רעדן) 14:56, 1 סעפטעמבער 2017 (UTC)
- נאר איין וועג פון שרייבן, אידיש האט זיך היפש געטוישט מיט די יארן, און צום שפראך זענען צוגעלייגט געווארן פילע ווערטער אויף ענגליש און העברעיש אויכעט. אידיש באשטייט נישט פון איין איינציגן דיאלעקט. Davidik500 (רעדן) 14:58, 1 סעפטעמבער 2017 (UTC)
- און אויבן האב איך אויכעט געשריבן, טאמער דו ווייסט נישט עפעס פרעג. Davidik500 (רעדן) 15:00, 1 סעפטעמבער 2017 (UTC)
- איך האב עפעס צוריקגעדרייט? כ׳האב גארנישט צוריקגעדרייט. איך האב געליינט א שיינעם ארטיקל, און ביים ליינען האב איך באמערקט עטלעכע דרוקפעלער. האב איך פארראכטן.
- איך ליין יאר היימישע צייטשריפטן און ביכער. מילא וואס? טייל פון זיי זענען גוט געשריבן, אנדער האבן גראבע פעלער. נו, די פעלער דארף מען נישט נאכמאכן. כל טוב. --פוילישער 07:28, 3 סעפטעמבער 2017 (UTC)
- אַנטשולדיקט מיר וואָס איך מיש זיך אַריין, אָבער ר׳ פּוילישער איז גערעכט: ס׳איז דאָ פאַרשיידענע נוסחאות וויאַזוי צו שרייבן אידיש, אָבער ניט אַלע פון זיי זיינען "שיין": די שיינקייט קען מען אָביעקטיוו דעפינירן דורך דעם, ווי אידישע שרייבער (סיי פרומע, סיי פרייע) שרייבן ביכער. זעט דאָ אַ בוך וואָס באַשעפטיקט זיך מיט אָטאָ די ענינים (דער מחבר איז יאָ אַן ערלעכער איד, ווען עס שפּילט דאָ אַ ראָלע). אגב וועגן "געפונט": דאָס איז יאָ אַ זעלטנקייט, וואָס מען טרעפט אין (מערסטנס אַלטע) ביכער אין בלויז 2% פון פאַלן אַנשטאָט געפינט (מיין פאַרשטענדעניש איז, אַז דאָס איז אַ מין זעלבסט־קאָרעקציע פון די מחברים וואָס שטאַמען פון דרום). די פאָרעם "אַנטלויפן" פאַרן פּאַרטיציפּ עקזיסטירט ניט: איך האָב זי אָנגעציילט אין ווייניקער פון 1% פון פאַלן. הר ורדים (רעדן) 09:47, 3 סעפטעמבער 2017 (UTC)
ביטע הער אויף צו רעאדאקטירן נאך מיר יעדעס מאל
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]איך ווייס אז ס'איז געפעלט דיך נישט וויאזוי איך שרייב, אבער דו ביסט נישט דער בעלעבאסט פון וויקיפעדיע, און יעדער האט רעכט צו שרייבן. און טאמער וועסט ממשיך זיין אין דיין קרימע וועג, וועל איך ווערן געצווינגען זיכער צו מאכן אז איך רעאדאקטיר יעדער בלאט וואס דו האסט געשאפן אדער געשריבן אין. און נאך א זאך, אין ערגעץ זאגט מען נישט שבת אויפרופן, נאר אויפרויף אדער באוווארפן. Davidik500 (רעדן) 12:23, 7 סעפטעמבער 2017 (UTC)
- אט דאס האסטו אליין געטון! אויסגעמערט דאס ווארט ״אויפרופן״ צווי מאל אן נאכצופרעגן. --פוילישער 17:16, 7 סעפטעמבער 2017 (UTC)
- אנטשולדיגט, אבער אין ערגעץ זאגט מען נישט שבת אויפריפן נישט ביי אונז אין סאטמאר אין נישט אין אנדערע פלעצער. פארוואס ברויך איך נאכפרעגן א זאך וואס איך ווייס קלאר און אהן קיין שום צווייפל?. און פארוואס ווען איך ענטפער דארף איך אונטערשרייבן און צולייגן דער צייט און דאטום, כאטש ס'איז דארף צו זיין אטאמאטיש? אפשר האט עס צו טון מיט דעם וואס איך נוץ ענדראיד סיסטעם?
- אפשר. איך ווייס נישט. אויף אן אייפעד ווערט דער אונטערשריפט צוגעלייגט דורך דער סיסטעם אויטאמאטיש. איך פארשטיי נישט פארוואס אן ענדרויד זאל זיין אנדערש. קענסט פרובירן אריינלייגן דעם קאד --~~~~ --פוילישער 22:24, 7 סעפטעמבער 2017 (UTC)
אינסברוק
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]א גוט וואך!
איך האב געשאפן א נייעם בלאט "אינסברוק" און כ'וועל מיך שטארק פרייען טאמער דו וועסט קענען ארויפלייגן דארט א בילד פונעם עסטרייכישן פאן און שילד און פונעם טיראלישען אויכעט. און ביטע נישט מאכן קיין אנדערע ענדערונגען אהן פרעגן פאר דעם. א גוט וואך און א יישר כח פון פארויס.
Davidik500 (רעדן) 22:09, 9 סעפטעמבער 2017 (UTC)
יש"כ פאר צולייגן א פאן און א שילד אויפן בלאט פון לינץ, טאמער דו קענסט לייג ארויף אין אינסברוק, גראץ און אלפבאך אויך, און אויב ס'איז מעגליך, אויסער דעם פאן און דעם שילד לייג ארויף א בילד פון די אויבערדערמאנטע שטעט זעלבסט אויך. אינהאלט וועל איך צולייגן שפעטער. Davidik500 (רעדן) 15:26, 11 סעפטעמבער 2017 (UTC)
- ישר כח פארן שילד, בילד און שטאט מוסטער! ס'איז זעהט אויס הערליך!
גראמאטיק
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]איך ווייס נישט צו דו האסט אהנונג אדער נישט, אבער מען קען נישט שרייבן א "וויכטיגער צענטער". גראמאטיש איז דאס נישט ריכטיג. היינט האסט ווידערמאל צוריקגעדרייט מיין בלאט אהן אפילו זאגן יש"כ פאר דער שווערער ארבעט וואס איך טו דא. אנטשולדיגט, אבער טויזנט מאל האב איך דיר שוין געבעטן נישט צו וואנדאליזירן פאר דו פרעגסט. איך ווייס נישט וואו דו האסט געלערנט אידיש, אבער ענדערעש ווי דיר אידיש איז מיין מאמע לשון צוזאמען מיט עברית. און איך האב דיר שוין געזאגט יעדעס מעל וואס דו וועסט וואנדאליזירן בלעטער וועל איך זיי פארטיידיגן און כ'וועל אויכעט זיכער מאכן צוריקצודרייען דיינע בלעטער. Davidik500 (רעדן) 13:32, 18 סעפטעמבער 2017 (UTC)
- וואו האב איך געשריבן "וויכטיגער צענטער"? און טאמער יא, פארוואס איז דאס נישט ריכטיג גראמאטיש? --פוילישער 15:08, 18 סעפטעמבער 2017 (UTC)
- אין דעם ארטיקל פון וויען, ס'איז געשטאנען "אלס א וויכטיגן צענטער, און דו האסט עס געטוישט צו "אלס א וויכטיגער צענטער" וואס איז נישט ריכטיג. מען קען שרייבן "אלס א וויכטיגער שטאט", "אלס א וויכטיגער סיבה" און דאס גלייכן (ווען ס'איז רעדט זיך פון לשנ"ק). אבער ווען ס'איז רעדט זיך פון לשון זכר שרייבט מען "א וויכטיגן צענטער", "אלס א וויכטיגן צוועק", א.א.וו. און איך בעט דיר נאכאמאל, פאר דו טוישסט עפעס וואס אין דיינע אויגן איז נישט ריכטיג/אדער געפעלט דיר נישט, פרעג נאך אויפן שמועס בלאט, איך וועל ענטפערן, און טאמער ברויך מען עפעס פאררעכטן, וועל איך עס גערן טוהן. Davidik500 (רעדן) 19:25, 18 סעפטעמבער 2017 (UTC)
- יא א ייש״כ איך האב טאקע געטראפן. איך וואונדער זיך זייער שטארק אז נאך ״אלס״ קומט דער דאטיוו און נישט דער נאמינאטיוו. זיי אזוי גוט און ברענג מיר א באווייז אויף דעם. --פוילישער 16:35, 18 סעפטעמבער 2017 (UTC)
- אין דעם ארטיקל פון וויען, ס'איז געשטאנען "אלס א וויכטיגן צענטער, און דו האסט עס געטוישט צו "אלס א וויכטיגער צענטער" וואס איז נישט ריכטיג. מען קען שרייבן "אלס א וויכטיגער שטאט", "אלס א וויכטיגער סיבה" און דאס גלייכן (ווען ס'איז רעדט זיך פון לשנ"ק). אבער ווען ס'איז רעדט זיך פון לשון זכר שרייבט מען "א וויכטיגן צענטער", "אלס א וויכטיגן צוועק", א.א.וו. און איך בעט דיר נאכאמאל, פאר דו טוישסט עפעס וואס אין דיינע אויגן איז נישט ריכטיג/אדער געפעלט דיר נישט, פרעג נאך אויפן שמועס בלאט, איך וועל ענטפערן, און טאמער ברויך מען עפעס פאררעכטן, וועל איך עס גערן טוהן. Davidik500 (רעדן) 19:25, 18 סעפטעמבער 2017 (UTC)
וויענער אונטערגרונט באן (U-Bahn Wien)
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]א גוטן אוונט, איך האב געזען אז דו האסט געשאפן ארטיקלען איבער דער ארץ-ישראל'דיגע באן און דער לאנדאנער אונטערגרונט (מיט אלע סטאנציעס אריינגערעכנט), און איך וואונדער מיך, אפשר וואלסט דו געקענט ביישטייען צו צולייגן א פלייצע און העלפן מיר מיט שאפן אן ארטיקל איבער דער וויענער באן מיט אלע סטאנציעס?
ישר כח פון פאראויס. Davidik500 (רעדן) 17:39, 24 סעפטעמבער 2017 (UTC)
- כ׳וועל פרובירן. וואו הייבט מען אן? --פוילישער 22:06, 24 סעפטעמבער 2017 (UTC)
- איך גיי אנהייבן צו שרייבן די אריינפיר מיט דער היסטאריע. ליסטע פון סטאנציעס און אויספירליכע אינפארמאציע איבער זיי איז פאראן אויף דער ענגלישער וויקיפעדיע. קענסט אנהייבן פון דער U1 ליניע.
Davidik500 (רעדן) 3:29, 25 סעפטעמבער 2017 (UTC)