באַניצער רעדן:פוילישער/דעצעמבער ארכיוו 2017
מראה
איך האב געבעטן נישט צו פארעכטן מיינע בלעטער
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]נוץ דעם שמועס בלאט איך וועל אליין פארעכטן Davidik500 (רעדן) 23:11, 6 נאוועמבער 2017 (UTC)
- וואס הייסט ״דיינע בלעטער״? --פוילישער 23:14, 6 נאוועמבער 2017 (UTC)
- דאס הייסט בלעטער וואס איך האב געשאפן. פונקט וואו דו האסט נישט ליב אז איך ענדער דיינע זאכן האב איך נישט ליב אז מען ענדערט מיינע זאכן. איך האב שווער געארבעט אויף מיינע בלעטער און איך בין נישט גרייט אז מען זאל כפיס טוישן אהן מיין רשות. ביטע האב ריספעקט אזוי ווי דו האסט געהאט פאר א וואך צייט. און טאמער איך בעט פון דיר נישט ענדערן או מיר א טובה און זיי מיר מכבד.
- כ׳האב קיינמאל נישט קיין טענות ווען איינער פאררעכט א גרייז אויף א בלאט וואס איך האב אנגעהויבן. --פוילישער 23:22, 6 נאוועמבער 2017 (UTC)
- קען זיין, אבער אז ס'שטערט איינעם ווען מען ענדערט/פארעכט עפעס אהן קיין רשות זאל מען נוצן דעם שמועס בלאט אזוי ווי דו האסט געטוהן אין וויענער נוישטאדט, און ווי דו האסט געזעהן איך האב נישט איגנארירט און גלייך געענטפערט. איך האב דיך געבעטן א פשוט'ע זאך צו מכבד זיין מיינע שריפטן און נוצן דעם שמועס בלאט איידער מען ענדערט עפעס, דאס אלעס.
- כ׳האב קיינמאל נישט קיין טענות ווען איינער פאררעכט א גרייז אויף א בלאט וואס איך האב אנגעהויבן. --פוילישער 23:22, 6 נאוועמבער 2017 (UTC)
- איך האב אויסדריקליך געבעטן פון דיר אומצאליגע מאל נישט צו קאריגירן/ענדערן/פאררעכטן סיי וועלכער אינהאלט אין די בלעטער וואס איך האב אליינס געשאפן. איך בין שוין עכט מיעד ווידערהאלן די זעלבע זאך און בעטן פון דיר אפצולאזן מיינע בלעטער במנוחה. סתם א ביישפיל. ביים בלאט פון רבי משה שאול קליין מען האט ווירקליך גארנישט געדארפט קאריגירן, אבער דו, ווי דיין געוואוינהייט בקודש האסט געמוזט זיך אריינמישן און אנגעבליך עפעס פארעכטן, אויבוואויל ס'איז פעלט נישט אויס. איך וויל עכט רעספעקטירן דיינע פארשריפטן (געדענקסט וועגען דעם ארטיקל מיט דעם לאניאדא שפיטאל ווי דו האסט דיך אויפגערעגט ווען איך האב געטוישט דיין אויסלייג?) פון יעצט און ווייטער דו זאלסט וויסן אז טאמער דו טוישסט עפעס אהן מיין ערלויבעניש אדער אהן נוצן דעם שמועס בלאט ס'איז בבחינת גזל ווייל איך ווילאנג געב איך נישט קיין רשות ס'איז פונקט אזוי ווי א גניבה, און איבערהויפט נאכדעם וואס איך האב קלאר און אויסדריקליך געשריבן (אויכעט אויפן בלאט פון רבי משה שאול קליין צווישן די אנדערע). וואס דו טוהסט מיט בלעטער וואס דו האסט אליינס געשאפט אדער אנדערע באניצער גייט מיך איבעהויפט נישט אן. מיינע בלעטער לאז אפ במנוחה, קומענדיגע מאל וואס איך זעה אז דו האסט עפעס געענדערט, אדער אפילו א יתום מוסטער אראפגענומען אהן מיין רשות, וועל איך איבערדרייען צום מינדעסטענס 20 בלעטער אויף וועלכע דו האסט געארבעט. אפשר נאכדעם וואס איך וועל טוישן דיינע שריפטן און אויסלייג וועסטו שפירן וואס איך שפיר. Davidik500 (רעדן) 21:13, 5 דעצעמבער 2017 (UTC)
- ערשטנס, מיט וואס איז דער בלאט משה שאול קליין דיינס, אז איך זאל וויסן זיך אפהיטן חלילה נישט שרייבן דערין? אויך ס׳איז נישט געווען דערויף א ״נישט פארטיק״ מוסטער. זיי געזונט. --פוילישער 22:58, 5 דעצעמבער 2017 (UTC)
- ס'איז מיין בלאט וואס איך האב געשאפן, מאך זיך נישט נאריש, ס'איז נישט קיין חילוק צי ס'איז געשטאנען דארט א מוסטער נישט פארטיג אדער נישט. איך האב דיר פערזענליך געבעטן א סאך מאל נישט אנצורירן מיינע בלעטער! ס'איז שטערט מיר זייער שטארק. און טאמער ס'איז שטערט מיר דו ברויכסט רעספעקטירן. א סיסאפ מוז זיך פארטראגען און אויסקומען מיט אנדערע באנוצערס. זאלסט וויסן אז ס׳איז א גניבה וואס דו טוהסט. איך לאז מער נישט מיינע בלעטער (יא יעדער בלאט וואס איך האב אליינס געשריבן איז מיין ביישטייערונג און נאר איך קען ענטשיידן וואס צו טוהן דערמיט) אנפאססן אהן ערלויבעניש. טאמער וועל איך זעהן אז דו האסט אפילו א קלייניגקייט געענדערט טראצדעם וואס איך האב דיר געבעטן נישט צו ענדערן, וועל איך אויסמעקן אלע מיינע ביישטייערונגען (איך האב פולשטענדיג רעכט דערצו) און אויכעט וועל איך זיכער מאכן צו טוישן דיין אויסלייג. הער אויף מיט דעם.
קאטעגאריע
[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אונטער וועלכע קאטעגאריע קען מען לייגן א ליסטע פון גלייכנעמיגע אידישע-דייטשע ווערבן? Davidik500 (רעדן) 14:42, 17 דעצעמבער 2017 (UTC)
- קאטעגאריע:רשימות, קאטעגאריע:ווארטקלאסן, קאטעגאריע:יידיש, קאטעגאריע:דייטש. א גוטן חודש און א ליכטיגן חנוכה! --פוילישער 17:56, 17 דעצעמבער 2017 (UTC)
- ישר כח! וכן לאמור! א גוטן חודש און א ליכטיגן פרייליכן חנוכה! Davidik500