באַניצער רעדן:פוילישער/אקטאבער ארכיוו 2007

תוכן הדף אינו נתמך בשפות אחרות.
פֿון װיקיפּעדיע

לגבי דיין חיים ווערצבערגער עדיט[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

וואס איז דיר אזוי אינטערסאנט צו מישן אין שמוץ, דער בלאט איז פארהעלטנמעסיגער נייער צייטונג און זייערע שרייבער זענען איגענלייטשיקלעך וואס טוען וואלענטורישע ארבייט, ווערצבערגער ווערט נישט אינטערסאנט אז ער האט אמאל געהאט א קאלום אין דער בלאט, און דער בלאט ווערט נישט אינטערסאנט אז ווערצבערגער האט אין זיי געשריבן, רוב שרייבער אין דער בלאט זענען לכתחילה געווען בחורים אין ישיבה וואס האבן געטאן זייער ארבייט פארן חסידות אומגעבעטן. ביטע נעם דאס אראפ[1] ווייל דער בלאט שעמט זי היינט דערמיט און דאס איז נישט מער קיין אנציקלאפעדישע ווערד אויב עס באדערט פאר מענטשן.--יודל 16:01, 16 אָקטאָבער 2007 (UTC)[ענטפֿער]

טאמער דער ארטיקל געפעלט אייך נישט, קענט איר בעטן מען זאל אים אויסמעקן. איר דארף נישט ווענדן צו מיר. --פוילישער 18:41, 16 אָקטאָבער 2007 (UTC)[ענטפֿער]
איך ווענדט זיך צו אייך ווייל איר זענט געווען דער דאזיגער וואס האט צוריקגעלייגט זיין עבר. ביטע דאס נישט טאן. איך גיי דאס אי"ה צוריקדרייען אויב איך הער נישט פון דיר אדער פון אנדערע קיין צופרידענשטענדער ענטפער.--יודל 20:26, 16 אָקטאָבער 2007 (UTC)[ענטפֿער]

ביטע נישט עפענען קיין געדופלטע ארטיקלן[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אז איינער שרייבט אידן און אז איינער שרייבט יורא קענען זיי זיין נישט גערעכט און דו קענסט דאס אנמערקן און אריבערפירן אבער קודם עפענען א נאמען ווי דו ווילסט און דערנאך בעטן צו פאראייניגן איז א שטיקל, איך בין דיר דן לכף זכות אז דו האסט נישט געוויסט פאר דעם אז די דאזיגע ארטיקלן עקזעסטירן און נאר דערנאך האסטו דאס באמערקט, אבער פון היינט מאל אן און ווייטער פאר דו עפענסט ארטיקלן איבער אידן אדער טיפע ווערטער וואס דו האסט אויסגעטראפן פארוואס מען רופט דאס אזוי טשעק אויב אן אנדערע האט נישט געפענט דעם ארטיקל. א גרויסן ייש"כ.--יודל 16:18, 16 אָקטאָבער 2007 (UTC)[ענטפֿער]

יישר כח פון דיין ארבעט[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

יישר כח פולישער פארן אפטיילן די נסיעה פון ר' נחמן, עס איז טאקע געוווען גאר לאנג--יודישער שרייבער 20:52, 17 אָקטאָבער 2007 (UTC)[ענטפֿער]

יישר כוח פאר דיין ארבייט, אין א קליינער ביטע[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

א דאנק פארן טוישן אויף א מער ארגינעלע [2] אידיש, אבער וויבאלד מיין ווערסיע איז אויך אידיש געווען וואס איך האב געשריבן, און די לעצטע ענדערונגן האבן געוויזן אז דאס איז געווען א רידיירעקט פאר צוויי קעפעלעך, ביטע נישט טוישן מיינע קעפלעך נאר אויב איר מאכט זיכער צו טוישן אויך די רידירעקטס דערצו. א דאנק פון פאראויס.--יודל 12:42, 18 אָקטאָבער 2007 (UTC)[ענטפֿער]

יישר כוח פאר דיין ארבייט, אבער פערזענליכע טובה[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ביטע נישט טוישן מיין סטייל אידיש, איך פארשטיי אז וויקיפעדיע איז נישט מיין'ס באט איך פלאג מיך דא אפ און דערפאר בעט איך נישט טוישן מיין סטייל, אויב איז האלטסו אז מען שרייבט אנדערשט ביטע זיך קודם דורכרעדן און דערנאך טוישן א גרויסן יישר כוח, איך שרייב קאוד און נישט קאד ווייל סקאד מיסילס זאגט זיך אנדערשט ווי קאודס. א יישר כוח, רוב שיניום גייט מיך נישט אן באט די קאוד צו קאד יא[3].--יודל 16:05, 18 אָקטאָבער 2007 (UTC)[ענטפֿער]

ערשטנס מ'קענישט ברענגען אזעלכע ראיה'ס און צווייטנס ערבך ערבא צריך, אפשר אויף יידיש טאקע סקוד און נישט סקאד!!! --פוילישער 17:37, 18 אָקטאָבער 2007 (UTC)[ענטפֿער]
איך הער איך פארשטיי און איך בין אפשר מסכים אבער קודם מוז איך דיך באדאנקן פארן ענטפער. אזוי דארף צו זיין אין א וויקיפעדיע מען רעדט זיך דורך. איך וועל איצט נעמען צייט איבערטראכטן פארוואס איך שרייב נישט סקוד נאר סקאד, לכוארה ביסטו גערעכט אז א U קומט מיט א ו און נישט אן א, אבער וויבאלד עס זענען פארהאנען צוויי מינע וואווען, דאס הייסט אין אמת'ן לויט אונז צוויי מינע U'ס, איינס איז א געכאפטער ווי שטורם, טורם און איינס איז אן אויסגעצויגענע שיפע ווי קאמפיוטער לאקשען סקאדס הארכן מארגן די אלע קומן נישט מיט קיין קמץ און נישט מיט קיין פתח, נאר זיי זענען ווי אויסגעצויגענע יוס אדער צוויי אויס דעריבער איז דאס אן אלף און נישט קיין וואוו, איך זעה איצט אז דו קוקסט אן דעם ווארט סקאד ווי די צווייטע וואוו'ס פון סטרוקטור און קולטור אבער אז דו טראכסט גוט אריין וועסטו זעהן אז אין ענגליש איז דאס אויך נישט געספעלט בלויז מיט איין u נאר מיט אן E צו סוף, ממילא איז דאס אנדערשט ווי סקאד וואס איז בלויז געספעלט אין ענגליש מיט איין יו--יודל 17:41, 18 אָקטאָבער 2007 (UTC)[ענטפֿער]

Scud --פוילישער 23:02, 18 אָקטאָבער 2007 (UTC)[ענטפֿער]

גוט איך האב אפגעשיקט אין אי-מעיל צו רפאל פינקל האפענטליך וועט ער ענטפערן, אי האב גראדע איצטערט באקומען אן ענטפער פון דעם רעדאקטאר פון אלגעמיינער און ער זאגט מיר מען שרייבט סקאד מיט אן אלעף און נישט סקוד מיט א וואו, ער איז מודה אז דאס איז אביסל אינטערסאנט. איך ווארט נאך אויף פינקל'ס ענטפער.--יודל 11:40, 19 אָקטאָבער 2007 (UTC)[ענטפֿער]

געסטאפא אדער געשטאפא?[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ביטע רעאגירן דא וואס מ'זאל טאן.[4]--יודל 16:09, 18 אָקטאָבער 2007 (UTC)[ענטפֿער]

א דאנק פארן זיך דארטן אנרופן, אבער דו ביסט נישט גענוג קלאר, קען איך דאס באוועגן, יא אדער ניין. עווידענטלי איז רוני פארעקשענט ביי זיין מיינונג אז דער הויפט ארטיקל קומט א ש און נישט קיין סמך, דעריבער איז זייער וויכטיג צו וויסן וואס דו האלטסט זאל מען זיך באגאניגן דאס צו לאזן און מאכן רידיירעקטס פון די ריכטיגע ווארט לויט אונז אדער ניין מיר זאלן דאס באוועגן די גאנצע תוכן צו די אונזער ריכטיגער נאמען מיט א סמך, און די ש ווי רוני וויל זאל בלויז בלייבן די רידיירעקט?--יודל 18:25, 18 אָקטאָבער 2007 (UTC)[ענטפֿער]

א דאנק פאר דיין ארבייט[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

איך זעה אפילו נאכן דיך אויפקלערן אז מיר האבן דא א פאליסי נישט צו געבן נייע נעמען פאר ארטיקלן וואס אנדערע האבן באשאפן פאר זיך דורכרעדן. דעריבער זעה איך אז דו און רוני האלטן נישט פון דעם פאליסי מער. א גרויסן יישר כוח פארן דאס מאכן קלאר.--יודל 17:27, 18 אָקטאָבער 2007 (UTC)[ענטפֿער]

געזעלשפאט אדער געזעלשאפט?[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

דו האסט דא אין די לעצטע צוויי טעג געמאכט 2 מאל דעם זעלבן סארט עדיט, [5] און אויך אין דעם ארטיקל געזעלשפאט גופא. קיינער רופט נישט אן אזא באגריף פון א פאראיין ווי געזעלשאפט היינט צוטאגס נאר בלויז די אידישיסטן. אבער דאס אנצורופן געזעלשפאט איז א ליצנות. ביטע זיך דורכרעדן פארוואס דו האלטסט אז עס קומט אזוי--יודל 18:44, 18 אָקטאָבער 2007 (UTC)[ענטפֿער]

פארשטייט זיך אז די וואס רעדן ענגליש און מיינען אז דאס איז יידיש זאגן קאמפאני. אבער יידיש רעדנערס זאגן יא געזעלשאפט. --פוילישער 21:32, 18 אָקטאָבער 2007 (UTC)[ענטפֿער]
אבער קיינער שרייבט נישט געזעלשפאט. דאס איז האפענטליך בלויז געווען א שפאט. און נישט קיין דירעקטער כוונה. זיי געזונט.--יודל 21:35, 18 אָקטאָבער 2007 (UTC)[ענטפֿער]
דו האסט מיך געכאפט אויפן גרייז. נו, מ'דארף מאכן א גרויסן צימעס דערפון? --פוילישער 22:27, 18 אָקטאָבער 2007 (UTC)[ענטפֿער]
אנטשולדיגט איך האב דיר סתם אנגעמערקט די צימעס האב נישט איך געמאכט.--יודל 22:30, 18 אָקטאָבער 2007 (UTC)[ענטפֿער]

טעלעסקאפ אדער טעלעסקאופ[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ווען איך וואלט דאס ווען געשריבן וואלט איך נישט געפילט פאר וויכטיג די מעורר זיין, אבער וויבאלד אנדערע האבן דאס געשריבן און איך האב באקומען א אימעיל פון דער רעדאקטאר פון אלגעמיינער זשורנאל אז עס איז געווען גוט[6] וואלט איך דיר געוואלט בעטן רשות צו באוועגן צוריק אויף איר ארגינעלע ווערסיע ווי פאר דיין טויש[7]. קעגן פאליסי[8] איך האף ביסט נישט בייז איך זאל דאס צוריקדרייען ווייל איך האב דיר געגעבן מער ווי א וואך צו רעדן איבער דעם און דו ביסט שטיל.--יודל 13:55, 23 אָקטאָבער 2007 (UTC)[ענטפֿער]

ווער און ווען האט מען מקבל געווען אזא פאליסי געזעץ? --פוילישער 14:14, 23 אָקטאָבער 2007 (UTC)[ענטפֿער]
רוני און נאך 7 באנוצער [9] האבן אלע צוגעשטימט דערצו ואתה הגדול בתוכם. (איך האב מיך דאן נישט אנגערופן זעה ווי איך בין געווען א נביא דאן) אבער איצט אז דו ביסט אין בילד אפשר איז כדי מען זאל זיך דורכרעדן פאר דו באוועגסט עפעס, איז דאס מעגליך?--יודל 14:16, 23 אָקטאָבער 2007 (UTC)[ענטפֿער]
מען רעדט זיך נישט דורך וועגן באוועגן נישט יידישע ווערטער צו יידישע ווערטער. די שאלה איז נאר לגבי ווערטער וואס שטייען אין א ספק. קיין מאל האט מען נישט געשריבן יידיש מיט קאודן און טעלעסקאופון, טעיפן אין אימעילס, דאס איז עפעס א מישאכטס מיט ענגליש. עס קומט נישט דא אין דער וויקיפעדיע. די וויקיפעדיע איז נישט נאר פאר די חרדישע אמעריקאנער. ►רוני◄ 17:12, 23 אָקטאָבער 2007 (UTC)[ענטפֿער]
די וויקיפעדיע איז קיינעם'ס נישט און יעדן'ס אייניג, דער פאליסי איז געווארן דא אנגענומען דורך די פרייע פון אנטווערפן... פונקט ווי די חרדישע אמעריקאנע וואס שפילן יידישיסטן, דאס אז מ'לייגט צו, צו דעם פאליסי דארף קיינער נישט וויסן. איז פון היינט מאל אן דארף מען טוישן דעם פאליסי אז אויב האלט מען אז עס נישט אידיש מעג מען טוישן אן זיך דורכרעדן. איך ווארט צו זעהן אז פוילישער זאל דאס אויך שרייבן.--יודל 22:50, 23 אָקטאָבער 2007 (UTC)[ענטפֿער]
ווער זענען די פרייער פון אנטווערפן? ווען דאס קעפל איז אן ענגליש ווארט, און ס'איז שוין דא א פאסיג יידיש ווארט, מיין איך אז מען מעג ווייטערפירן דאס ענגליש ווארט צום יידישן ווארט. --פוילישער 23:07, 23 אָקטאָבער 2007 (UTC)[ענטפֿער]

א דאנק.--יודל 23:11, 23 אָקטאָבער 2007 (UTC)[ענטפֿער]