לדלג לתוכן

באַניצער רעדן:אבישי

תוכן הדף אינו נתמך בשפות אחרות.
פֿון װיקיפּעדיע
If you can't read Yiddish, click here.

טײַערער הױך־געשעצטער פרײַנט, ברוך בואך צו דער יידיש-וויקיפעדיע! די פֿרײַע און אָפֿענע ענציקלאָפּעדיע פֿאַר יעדן אײניק צו לײענען און שרײַבן.

שרײבן: אױב איר װילט צולײגן אדער פארבעסערן אן ארטיקל, קען מען און עס איז ראטזאם דאס צו טון. דרוקט אויף "רעדאַקטירן" אויבן, (זעט באריכות: הילף:רעדאקטירן א בלאט) און פאררעכט וויאזוי איר פארשטייט. בעפאר איר היט אויף אייער ענדערונג איז גוט צו דרוקן "ווייזן פאָרױסקוק" אונטן, דערמיט צו פארזיכערן אז אייער ענדערונג שטייט גוט אינעם בלאט. ביטע ערקלערן די אייגנארטיגקייט פון דער ענדערונג אינעם "קורץ ווארט" קעסטל, אדער צולייגן איינצלהייטן אינעם "שמועס" בלאט.
שמועס בלעטער: העכער יעדן בלאט ערשיינט די מעגליכקייט פון "שמועס", וואס ווען מען דרוקט דערויף קומט מען אן צום שמועס בלאט פונעם בלאט. דארט קען מען ארומרעדן מיט אנדערע וועגן דעם אינהאלט פונעם ארטיקל. צום שמועס בלאט קען מען צולייגן א פרישע נושא דורכן דרוקן אויפן "צושטעלן טעמע" צינגל וואס געפינט זיך העכערן בלאט.
אונטערשריפט: אין וויקיפעדיע שרייבט מען זיך נישט אונטער אין עצם ארטיקל, אבער מען שרייבט זיך יא אונטער נאך יעדער הערה אין דעם שמועס בלאט. כדי דאס צו טון זאל מען צולייגן פיר ~ שטרעכלעך צום סוף פונעם טעקסט וואס מען שרייבט, (אזוי: ~~~~), דאס וועט אויטאמאטיש איבערגעדרייט ווערן בײַם אויפֿהיטן אלס אן אונטערשריפט װעלכע אַנטהאַלט אײַער נאמען, און א לינק צו אײַער באניצער בלאט, און די פונטקלעכע צײַט און דאַטע.
באניצער בלאט, און מעלדונגען: אלע איינגעשריבענע באניצער פארמאגן א "באניצער בלאט" און א "באניצער רעדן בלאט". דער באַניצער בלאט וואס מען קען דערצו אנקומען דורכן דרוקן אויף דעם נאמען פונעם באניצער, באדינט בדרך כלל דעם באניצער כדי ארויסצושטעלן זיינע אייגענע איינצהייטן. אין דעם רעדן בלאט קען מען אים איבערלאזן מעלדונגען. דער באניצער וועט זען ווען ער האט א נייע מעלדונג וואס ער האט נאכנישט געליינט.
געדענקט: מען טאר נישט אריינלייגן אין וויקיפעדיע קיין אינהאלט וואס איז קאפירעכט באשיצט. סיי ארטיקלען און סיי בילדער- מען טאר נישט ארויפלייגן בילדער וואס מען טרעפט אויפן אינטערנעט, בלויז אויב מען האט בפירושע רשות דאס אהער צוברענגען.
עס איז גוט איר זאלט אריינקוקן אין די הילף אַרטיקלען וואס ערקלערן די כללים פונעם שרייבן. פאר פראבעס זיך אויסצולערנען ווי אזוי צו שרייבן און ווי אזוי צו ענדערן פרובירט זיך שפילן אין זאמדקאסטן.

מיר קוקן ארויס אויף אייערע בײַשטײַערונגען, און ווינטשן אײַך הצלחה, מיט פיל דאנק פארן זיך אנשליסן אין אונדזער בשותפותדיקן פראיעקט.

מיט דאנק

פון אלע וויקיפעדיע באניצער, לייענער, און שרייבער


בעיקר ווערט דאס זייער עלאקוואנט דאקומענטירט אין באנוצער:אלזוז באנוצער בלאט, און אויך זיין רעדן בלאט. און בעיקר די געמיינדע און אויף אונזער הויפט מנהלבאנוצער:רונירעדן בלאט.

סך הכל האלטן זיינע קריטיקירער אז מען טאר אים נישט טראסטען און לאזן אויספארעמען מידיע. אבער פארשטייט זיך אז אין דעם איצטיגען פארום פון וויקי ווי יעדער איינער קען אים איינצוימען און אויספארעמען איז שוין זיין סכנה פאר די וועלט שטארק מינימיזירט. און גרויסן דאנק קומט פאר באנוצער:אלזוז.

ענטפער פון אבישי

[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די אלע טענות האבן נישט קיין הענט און קיין פוס. דאס איז בעיקר פון די הייד פארק שרייבער וואס זענען אויסן צו שאפן א דיקטאטורשאפט אויף דעם יידיש ווארט. איך שרייב שוין איבער 3 יאר טעגליך אויף די אידיש אינטערנעט סייטס אנגעהויבן פון הייד פארק און גענדיגט מיט בלאגס. איך שרעק זיך נישט פאר זייער טעראר דעריבער באשמוצען זיי מיך איבעראל אבער איך האלט ווייטער אן ביז משיח'ס טאג, וועט מיך קיינער נישט צענזורירן.

די חברה האבן שוין פארשפרייט מיין נאמען סיי דא אויף וויקיפעדיע און סיי דארטן אין הייד פארק. אבער איך לאך זיך אויס פון זיי. ווייל מיין שרייבן דינט נישט קיין איין פארטיי ווי זייערע בלוטיגע הענט. מיין שרייבן דינט בלויז צו ברענגן קאנסטראקטיוו אינפארמאציע צו מיינע פריינט, און מיר אליינס צו דאקומענטירן ווערטליכע און פאזיטיווע ענינים. דעריבער קענען זיי מיך גארנישט שלעכט טאן. כאשטיג זיי פארלעצן מיין פריוואטקייט בין איך זיי מוחל און איך בעט זיי זאלן דאס נישט טאן. ווייל מיין לעבן איז אנגעוויזן אויף אסאך טובות הנאה פון מענשטן וואס האלטן אז שרייבן אויפן אינטערנעט איז א עבירה, און איך באהאלט אויס פון זיי מיינע ווערק אויפן אינטערנעט.

וזאת למודעי: איך בין נישט קיין שרייבער דערפאר קען איך מיך אמאל אויסדרוקן אימפראפיסיאנאל און קען טשפענען אנדערע. איך בעט איבער יעדן איינעם וואס האט געליטן פון מיר פערזענליך און איך בין יעדן מוחל. איך האב שוין פילע מאל אויסגעמעקט און פערזענליך איבערגעבעטן מענטשן וועמען איך האב באשמוצט שלא ביושר. איך בין נישט קיין מלאך אבער איך שטרעב אויסצובעסערן מיינע מידות זיי זאלן זיין פערפעקט ווי א מלאך. און ווער עס האט טענות קעגן מיר שרייבן און איך וועל אים ענטפערן. דערווייל וואונטש איך אייך איפילו מיינע שונאים א גמר חתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

געשריבן ערב יום כיפור, תשס"ז.--אבישי 04:59, 1 אקטאבער 2006 (UTC)



פארנעמונג אויף היינט און ווייטער

[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

איך האב ביז יעצט געהאט דא אסאך ניקס און גענוצט אויפן נישט ערלויבטן אופן וואס ווערט אויסגערעכנט אין הילף:מערערע באנוצער נעמען. עס איז געווען בשוגג ווייל עס איז געווען נאך פאר די פאליסי. פון היינט און ווייטער זאג איך צו דאס מער נישט צו טון, און איך וועל זיך האלטן שטרענג צו די פאליסיס וואס שטייט דארט.

אויך זאג איך צו מער נישט זיך צו פאררופען אויף הייד פארק ניקס אין מיינע אלע הייד פארק באנוצער נעמען וואס אויף הייד פארק זענען די ניקס נישט מיינס. אויב איז עס נישט מיינס אויף הייד פארק מען מען דאס קלאר שרייבן. (פארשטייט זיך נישט אין מיין באנוצער בלאט וואס דארט האב איך די רעכט צו לייגן ווואס איך וויל).

אין די רגע וואס איך ברעך דאס אויבנדערמאנטע, איז ערלויבט ארויסצוגעבן אלע מיינע באנוצער נעמען דא אויף וויקעפעדיע.


אבישי ביטע שרייב אונטער אז דו ביסט מסכים צו דאס אלעס.--אלזוז 13:34, 1 אקטאבער 2006 (UTC)

ווי געזאגט איך לייג דא מיין חתימה אויף די נישט זיין קיין סאקפאפעט ווייל איך האב קיינמאל נישט געוואלט זיין קיין סאקפאפעט עס איז געווען א טעות, אז איך האב מיך נישט אויסלאגירט. און איך געב אויך מיין חתימה אויף צווייטן בקשה וועגן הייד פארק ניקס. ווייל דער באנוצער אלזוז האט מיך טערארזירט און דערווייל האף איך אז זיין ארבייט דא פון חנפענען הייד פארק שרייבער וועט זיך אויסארבייטן זיי זאלן זיך פילן באקוועם.--אבישי 13:36, 1 אקטאבער 2006 (UTC)
געערטער באנוצער! מיר לאדענען אײַן אלע זיך צו באטייליגן אין דער וויקיפעדיע און העלפן דאס צו פארבעסערן. אבער ענדערונגען וואס זוכן צו רעדוצירן די קוואליטעט פון דער ענציקלאפעדיע זענען וואנדאליזם און שטרענג פֿארבאטן. אזוי למשל די רעדאקטירונג וואס איר האט אדורכגעפירט. מ'האט צוריקגעדרייט צום פריערדיקן מצב דעם בלאט וואס איר האט רעדאקטירט, ממילא איז קיין שאדן נישט געבליבן. אבער טאמער האלט איר אן אין דעם שטייגער קען מען אייך בלאקירן פון וויקיפעדיע.


  • ווען איר ווילט מאכן א רעדאקטירונג פראבע, קענט איר מאכן דאס אין דעם זאמדקאסטן.
  • אויב איר האט געזוכט אן ארטיקל און אים נישט געטראפן, מ'קען איבערלאזן א בקשה אז עמעצער זאל אים שרייבן אין װיקיפּעדיע:בעטן ארטיקלען.
  • אויב פילט איר אז אייערע ענדערונגען זענען נישט אין כלל פון וואנדאליזם, ביטע ערקלערט אייער מיינונג אויף דעם שמועס בלאט פונעם ארטיקל.

באליידיגן יענעם מיט אומפארשעמטע ווערטער ווי "שקרן" "מנובל" אד"ג איז נישט איינגעפירט אין די וויקיפעדיע. ביטע איינאלטן נעקסט טיים. ►רוני◄ 17:52, 25 אקטאבער 2006 (UTC)

עס איז נישט קיין טענה ווען דו בעוולה'סט יענעם, א מענטש איז א מענטש, אז דו זאגסט מיר ליגענט אין פנים מעג איך צוריק שרייבן און אויפדעקן וואס דו טוסט.--אבישי 17:54, 25 אקטאבער 2006 (UTC)