באַניצער:שלמה שמש

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
One.png דער באניצער פארפליכטעט זיך, דא צו שרייבן נאר מיט איין באניצער נאמען.




Chasid.png דער באניצער איז א חסידישער ייד מיט בארד און פיאות, און איז א שומר שבת.


ווער בין איך?[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

איך בין נישט קיין שרייבער און אויך נישט קיין קענער און בכלל נישט קיין מיינונג אין קיין שום זאך. הקיצור איך בין א גרויסער עם הארץ וואס רעדט פשוט יידיש ווייל נאר דאס האט מיך מיין מאמע אריינגעבראקעט אין קאפ פון געבורט.

אבער איך שעץ שטארק אידן וואס שרייבן אויף יידיש און אידן וואס לערנען מיט אנדערע היסטאריע, אדער תורה און בכלל אידן וואס קאכן זיך אין אידישקייט, כאטשיג איך האב נישט צופיל נערווען און צייט אליינס צו לערנען.

אבער וויבאלד איך בין א גוטער מענטש וויל איך נאכמאכן אונזער באקאנטער וויליאמסבורג משמש אין סאטמאר קהילה וואס איז באקאנט ביי קינד און קייט מיטן לשון חיבה שלמה שמש, וואס איז אויך ווי מיר א שטילער באט העפליך מיט א גאלדן הארץ וואס האט שוין בארירט כמעט יעדן וויליאמסבורג איינוואונער דורך זיינע סערוויסעס ביי לוויות און חופות א.א.וו. דעריבער רוף מיך נאך אים.

וואס איז מיין ארבייט דא?[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

נאך די פארווארט וואס איך האב מגלה געווען אז איך בין א מכיר את מקומי: פראקלאמיר איך אז מיין ארבייט דא וועט זיין באגרעניצט בלויז צו העלפן האלטן סדר און נישט אויספארעמען אינפארמאציע:

  • היטן און ווארענען ווען איך באמערק עפעס וואנדאליזם אדער אויף דירעקטע ברעכן פון פאליסי'ס. אבער אויב איך באמערק אז איינער האט שוין געווארענט אויף דעם בלאט איבער דעם זעלבען טעמע, וועל איך מיך נישט אנרופען דארטן ווייל דאס וועט מאכן אן איבעריגער דראונג אז דער באנוצער וועט זיך שרעקן און דערנאך וועט ער מיך נאך חושד זיין אין זיין דער אנדערע באנוצער וועט דאס ברענגן מער שלעכטס ווי גוטס.
  • פון צייט צו צייט העלפן אפדעיטן די טעגליך נייעס פון הויפט בלאט. איך בין קלאר יא געבייעסד אבער איך ארבייט יעדן טאג דאס אויסצוראטן נישט פיינט האבן קיין שום איד, און איך וועל ברענגן נאר נייעס וואס איך זעה דערין אינטערסאנטקייט, איך בין נישט קיין מלאך וואס האט נישט קיין געפילן דעריבער ווי איידער מיך אטאקירן אז איך בין אן אנדער באנוצער אדער אז איך געב מיך ארויס מיין אינערליכע האס קעגן איינעם מער ווי די אנדערער אין די נייעס האט פארשטענדעניש און ווארענט מיך בעפאר איבער דעם בייעס צוזאמן וועלן מיר זיך אויסרייניגען אונזער הארץ פון אלע נישט גוטע געפילן.
  • איך האף מיך צו האלטן צו מיין סטאטוס נישט גארנישט צו שרייבן אדער טושען קיין ארטיקלן נאר צוריקדרייען אויב איך באמערק עפעס שלא כדין געשריבן אדער געדיט.
  • מאכן רידיירעקטס און לינקס. איך וועל אריבערלייגן די טעקסט אין עצם ארטיקל אבער קורץ און שארף כדי נישט צו ארויסווייזן מיינע מיינונגען דערין.

איך ערווארט קריטיק אויף מיין ארבייט, אויב איינער באמערקט חלילה אז איך גיי ארויס פון גדר נישט צו אויספארעמען דעות, און איך וועל דאס שטארק מכיר טובה זיין ווער עס נעמט זיך די טירחה מיך צו ערוועקן צו אזא זאך.