אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "בענזין"
אין תקציר עריכה |
het moet van school טאַגן: צוריקגעשטעלט וויזועלער רעדאקטירונג |
||
שורה 3: | שורה 3: | ||
== פונקציע == |
== פונקציע == |
||
בענזין איז א רינענדיגע עלעמענט וועלכע איז צוזאמענגעשטעלט פון [[הידראגען]] און [[קארבאן]] וועלכע האלטן זיך ווי אין א קייט. ווען מען פארברענט בענזין מיט אסאך [[אקסיגען]] באקומט מען קארבאן דיאקסייד (פון די קארבאן אטאמען), וואסער (פון די היידראדזשין אטאמען), און אסאך היץ אין רעאקציע. איין גאלאן בענזין גיט ארויס אזויפיל קראפט ווי 125,000 בי-טי-יו (א חשבון וואס מען נוצט צו מעסטן די קוואנטום פון היץ. א געווענליכער מענטש גיט ארויס פון זיין קערפער ארום 200 בי-טי-יו) אדער 36,650 עלעקטארישע |
בענזין איז א רינענדיגע עלעמענט וועלכע איז צוזאמענגעשטעלט פון [[הידראגען]] און [[קארבאן]] וועלכע האלטן זיך ווי אין א קייט. ווען מען פארברענט בענזין מיט אסאך [[אקסיגען]] באקומט מען קארבאן דיאקסייד (פון די קארבאן אטאמען), וואסער (פון די היידראדזשין אטאמען), און אסאך היץ אין רעאקציע. איין גאלאן בענזין גיט ארויס אזויפיל קראפט ווי 125,000 בי-טי-יו (א חשבון וואס מען נוצט צו מעסטן די קוואנטום פון היץ. א געווענליכער מענטש גיט ארויס פון זיין קערפער ארום 200 בי-טי-יו) אדער 36,650 עלעקטארישע וואטסbenzine is ook een vloeistof |
||
אויב איר זאלט נעמען א 1,500 וואטס הייצער און דאס לאזן ארבעטן פאר 24 שטונדן, דאס איז וויפיל היץ עס קומט ארויס פון איין גאלאן בענזין. אויב א מענטש וואלט דאס געקענט פארדייען וואלט עס אים געגעבן 31,000 קעלאריס וואס איז בערך די ענערגיע פון די עסן פון א מענטש פון 2 וואכן. |
אויב איר זאלט נעמען א 1,500 וואטס הייצער און דאס לאזן ארבעטן פאר 24 שטונדן, דאס איז וויפיל היץ עס קומט ארויס פון איין גאלאן בענזין. אויב א מענטש וואלט דאס געקענט פארדייען וואלט עס אים געגעבן 31,000 קעלאריס וואס איז בערך די ענערגיע פון די עסן פון א מענטש פון 2 וואכן. |
רעוויזיע ביי 07:52, 3 יוני 2024
בענזין אדער גאזאלין (ענגליש: petrol, gasoline) איז א פליסיגע ברענשטאף פאר פארברענונג מאטארן געמאכט פון נאפט און ווערט בעיקר גענוצט צו טרייבן אויטאס.
פונקציע
בענזין איז א רינענדיגע עלעמענט וועלכע איז צוזאמענגעשטעלט פון הידראגען און קארבאן וועלכע האלטן זיך ווי אין א קייט. ווען מען פארברענט בענזין מיט אסאך אקסיגען באקומט מען קארבאן דיאקסייד (פון די קארבאן אטאמען), וואסער (פון די היידראדזשין אטאמען), און אסאך היץ אין רעאקציע. איין גאלאן בענזין גיט ארויס אזויפיל קראפט ווי 125,000 בי-טי-יו (א חשבון וואס מען נוצט צו מעסטן די קוואנטום פון היץ. א געווענליכער מענטש גיט ארויס פון זיין קערפער ארום 200 בי-טי-יו) אדער 36,650 עלעקטארישע וואטסbenzine is ook een vloeistof
אויב איר זאלט נעמען א 1,500 וואטס הייצער און דאס לאזן ארבעטן פאר 24 שטונדן, דאס איז וויפיל היץ עס קומט ארויס פון איין גאלאן בענזין. אויב א מענטש וואלט דאס געקענט פארדייען וואלט עס אים געגעבן 31,000 קעלאריס וואס איז בערך די ענערגיע פון די עסן פון א מענטש פון 2 וואכן.
פראדוקציע און פארשפרייטונג
בענזין ווערט גענומען פון די פעסלעך אויל וועלכע די אויל פירמעס גראבן ארויס פון די ערד. יענע אויל ווערט אנגערופן נאפט און איז א שווארצע געדיכטע עלעמענט וועלכע פארמאגט אין זיך גאר אסאך היידראדזשין אין קארבאן מיט א רייע אנדערע נאטורליכע כעמיקאלן.
די נאפט ווערן פארקויפט אין פעסלעך וועלכע ווערט אנגערופן "קראד אויל".
די פירמעס וואס קויפן די אויל שיקן עס אויסצוארבעטן אין רעפיינעריס וועלכע געפינט זיך אין יעדע לאנד. פון די נאפט ווערן געמאכט פארשידענע ערליי אויל אויסער בענזין ווי אויל צום הייצן, דיזעל אויל, אויל פאר פעינט, פלאסטיק, אויל פאר פליגער,סינטעטישע פייבערס, רעדער, און נאך...
יעדע פון די אויבנדערמאנטע אוילן ווערט אויסגעארבעט אויף אנדערע וועגן. די רעפיינעריס טוען די ערשטע זאך צוטיילן אלע סארט כעמיקאלן וועלכע געפינט זיך אין די נאפט דורכ'ן פארברענען צענדליגער מאל מיט פארשידענע טעמפרעאטורן פון היץ. ביי יעדע געוויסע טעמפרעאטור קומט ארויס אן אנדער סארט כעמיקאל וועלכע ווערט ארויסגעצויגן צו א באזונדערע טאנק. דערנאך ווערן פארשידענע כעמיקאלן צוזאמענגעשטעלט צו פארמירן א געוויסע סארט אויל.
אין די צייטן פון דער צווייטער וועלט קריג האט מען אויסגעפינען אז אויב מען שטעלט צו א געוויסן סארט בליי ווערט די בענזין פיל מער קראפטיג און מאכט עס ביליגער. אלע רעפיינעריס האבן טאקע אנגעהויבן דעמאלט צולייגן בליי אבער מיט די יארן האבן די רעגירונגן פארבאטן דאס צו נוצן צוליב פילע פראבלעמען וואס עס האט געמאכט, אריינגערעכנט פראבלעמען פאר די ענווייראמענט און א רייע פראבלעמען פאר די אויטאס זעלבסט. היינט קענען רוב אויטא מאטארן נישט פארטראגן קיין בענזין מיט בליי (לידעד בענזין).
אויסער די ארבעט פון צוזאמענשטעלן די עלעמענטן איז נאך א פיל שווערערע ארבעט צו רייניגן די כעמיקאלן און וויי ריינער דאס איז אלס מער געלט קאסט דאס. דאס איז דער חילוק צווישן רעגולער און פרימיום בענזין וועלכע איז ריינער.
(אגב, טייל מענטשן שפענדן מער געלט פאר פרימיום בענזין, מיינענדיג אז דאס גיט זיי מער מייל אדער אז עס האלט לענגער דעם אויטא. עס איז אבער נישט אמת ווייל רוב אויטאס זענען געמאכט צו נעמען 87 בענזין און מער פון דעם איז אויסגעווארפן געלט. נאר געוויסע מאדעלן פארלאנגן נאך היינט 90 אדער 93 בענזין. קוקט נאך אין אייער מעניול ביכל פאר מער אינפארמאציע).
נאכ'ן אויסארבעטן די בענזין ווערט דאס אריינגעלאדענט אין די בענזין טראקס און מען טראנספערירט עס צו די בענזין סטאנציעס.
בענזין האט א פראבלעם אז ווען עס ווערט פארברענט לאזט עס ארויס קארבאן מאנאקסייד צו דער אטמאספֿער. מיט יעדע גאלאן בענזין וואס ווערט פארברענט פון אן אויטא גייט ארויס עטליכע פונט קארבאן צו דער אטמאספער. מען שאצט אז ארום 2 ביליאן פונט קארבאן ווערט ארויסגעלאזט צו דער אטמאספער אין די פאראייניגטע שטאטן און דאס פארפעסטיגט שטארק די לופט וועלכע מיר אטעמען.
פראבלעמען מיט בענזין
לופט פארפעסטיקונג
ווען בענזין ווערט פארברענט בלייבט דערפון איבער בלויז קארבאן דיאקסייד און אביסל וואסער וועלכע וואלט אינגאנצן נישט געווען קיין פראבלעם. אבער די קאמפאנענטן וועלכע העלפן דעם אויטא מאטאר לויפן פראדוצירן אויך קארבאן מאנאקסייד וועלכע איז א גיפטיגע סם בענזין, ניטראדזשין אקסיידס וועלכע ברענגט די לופט פארפעסטיקונג, און אומפארברענטע היידראקארבאנס וועלכע זענען די הויפט סיבה צו אזאנען.
ענווייראמענטל פארפעסטיקונג
די פראסעס פון אריינברענגן און האלטן די אויל האט א שטארקע אימפאקט אויף די ענווייראמענט ווען עפעס גייט נישט גוט. עס האט שוין מערערע מאל פאסירט ווען אז א טאנקיר שיף האט זיך איבערגעדרייעט און אויסגעגאסן מיליאנען גאלאנען אויל וועלכע בלייבט שווימען אויפ'ן אויבערפלאך און שעדיגט פלאנצונגן און מענטשן ווען עס וואשט ארויף אויף די ים ברעגעס. די אלע געשעענישן האבן מיט די יארן אנגעמאכט אן ענווייראמענטאלן חורבן. באקאנט איז די עקסאן וואלדעז אויסגיסונג אין וועלכע דער טאנקיר האט אויסגעגאסן 11 פון אירע 55 מיליאן גאלאן אויל ביי די פרינץ וויליאם סאונד אינזלן נעבן אלאסקא. די מיליאנען גאלאנען אויל האבן פארשוואנקען די אינזלן און יארן שפעטער האט מען זיך נאך געפלאגט דאס אוועקצורייניגן.
זע אויך: היסטארישע אויל אויסגיסונגן
ווען אן אויטא פארברענט א גאלאן בענזין גיט ער ארויס ארום 5 פונט קארבאן צו דער אטמאספֿער. אויב די קארבאן וואלט באשטאנען פון בלויז קארבאן וואלט זיך עס שטארק אנגעזען אזויווי מען זאל ארויסווארפן א 5 פונטיגער זעקל פון ווייסע מעל נאך יעדע גאלאן בענזין וואס ווערט פארנוצט. עס איז איבעריג צו זאגן אז די לופט אין אונזערע שטעט וואלטן געווען פיל מיט מעל און מען וואלט נישט געקענט זען דעם חבר פון עטליכע פיס אוועק.
דער אויטא גיט ארויס קארבאן דיאקסייד וועלכע קען נישט געזען ווערן מיט די מענטשליכע אויגן אבער די היץ און אפפאל דערפון בלייבט שטעקן אין דער אטמאספער און ווען זון שטראלן קומען אריין אין דער אטמאספער ווערט דאס בלאקירט און הייצט די ערד.
אנגעוואנדנהייט
די פאראייניגטע שטאטן, און רוב אנדערע לענדער, קענען נישט אליינס פראדוצירן זייער געברויך פאר אויל און זענען געצווינגן צו אימפארטירן פון די אויל רייכע לענדער. דאס האט מיט די יארן פארשאפט אן עקאנאמישע אנגעוואנדנהייט און אלע לענדער זענען געווען געצווינגן צו ליידן פון די עקאנאמישע באשלוסן פון די אומסטאבילע מיטל מזרח לענדער. ווען זיי האבן געוואלט מאכן אפאר עקסטערע דאלאר האבן זיי געשניטן די פראדוקציע און די פרייזן האבן זיך אויטאמאטיש געהויבן פילפאכיג און די אנגעוואנדענע לענדער זענען געשטאנען מיט פארמאכטע הענט.
זעט אויך
וועבלינקען
- אלע וועגן וויאזוי צו שפארן געלט ביי בענזין. [1]