אשר ישעיה הורוויץ

פֿון װיקיפּעדיע
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי אשר ישעיה הורוויץ זצ"ל (ה'תר"ך - ה'תרצ"ה), רב אין רימונוב.

אפשטאם[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

רבי אשר ישעיה איז געבוירן אין יאר ה'תר"ך (אומגעפער), צו זיין פאטער הרב מאיר הורוויץ, רב אין דזשיקאוו, דער אמרי נועם, א זון פון הרב אליעזר הורוויץ רב אין דזשיקאוו, באקאנט אלס רבי אליעזר'ל דזשיקאווער, א זון הרב נפתלי צבי הורוויץ דער ראפשיצער רב. און צו זיין מוטער מרת דבורה א טאכטער פון הנגיד הרב קלמן פיעצליס פון קראקא.

רבנות[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

רבי אשר ישעיה האט געוואונט אין רימונוב ביי זיין שווער. אין יאר ה'תרס"ה האט ער זיך באזעצט אין קראקא און ביי די ערשטע וועלט קריג איז ער אנטלאפן קיין וויען און זיך דארט באזעצט.

הסתלקות[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

רבי אשר ישעיה איז נפטר געווארן כ"ד חשוון אדער כ"ז חשוון ה'תרצ"ה, מען האט אים געברענגט קיין קראקא.

פאמיליע[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

רבי אשר ישעיה האט געהייראט מרת מלכה די טאכטער פון הרב יוסף פרידמאן, פון רימאנאוו. זייערע קינדער:

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאקטירן קוואַלטעקסט]

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר