לדלג לתוכן

אריה האלבערשטאם

פֿון װיקיפּעדיע

רבי אריה האלבערשטאם זצ"ל (ה'תרמ"ח - ח' אלול ה'תש"ג), פון גארליץ

רבי אריה איז געבוירן אין יאר ה'תרמ"ח, צו זיין פאטער הרב משה האלבערשטאם, רב אין קשאנאוו, א זון פון הרב דוד האלבערשטאם, דער קשאנאווער רב, א זון פון הרב חיים האלבערשטאם, דער דברי חיים. און צו זיין מוטער מרת שרה שיינא די טאכטער פון הרב מרדכי שניאור זלמן שניאורסאהן רב אין זיטאמער.

רבי אריה איז געווען א תלמיד פון הרב פנחס יהושע בומבאך רב אין אושפצין, ער האט אין זיין יוגנט אנגעווארפן פארשידענע רבנות פארשלאגן. רבי אריה איז געוואן דער פרעזידענט פון אגודת ישראל אין גארליץ, ער איז געווען די רעכטע האנט פון דעם רב אין גארליץ אין זיין קאמפף קעגען די אויפגעקלערטע ווינטן.

רבי אריה איז אומגעקומן אויף קידוש השם ח' אלול ה'תש"ג.

רבי אריה האט געהייראט מרת הענטשא, א טאכטער פון הרב מנחם מענדל פרנס א זון פון דעם צאנזער רב'ס פערטע רביצין. זייערע קינדער:

  • מרת רבקה, די ווייב פון הרב שמואל אברהם זעלטענרייך, טשאקאווער רב פון ניו יארק.
  • מרת פעריל, די ווייב פון הרב מרדכי האלבערשטאם, א זון פון הרב אריה לייביש האלבערשטאם, רב אין פיקעלי א זון פון הרב נפתלי צבי הירש האלבערשטאם, רב אין גלוסק און פיקעלי.
  • הרב דוד האלבערשטאם, פון מאנטריאל, ער האט געהייראט מרת פערל. זייערע טעכטער:
    • מרים.
    • שרה.
  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר