אל פאטשינא
געבורט |
25 אפריל 1940 (אלט 84) מאנהעטן, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע |
---|---|
מדינה | פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע |
אונטערשריפט | |
אַלפֿרעדאָ דזשיימס "אַל" פּאַטשינאָ (ענגליש: Alfredo James "Al" Pacino, געבוירן דעם 25סטן אפריל 1940) איז אן אמעריקאנער אקטיאר. ער האט געווונען אן אקאדעמיע פריז פארן בעסטער אקטיאר, אן עמי פריז און צוויי טאָני פריזן. אפשר איז ער בעסטנס באקאנט פאר זיינע ראלעס אלס טאָני מאָנטאַנאַ אינעם פילם "העפֿט-געזיכט" און מייקל קאָרלעאָן אין "דער קוואטער". ער אויך האט געשפילט אין "קאַרליטאָ'ס וועג".
היינט איז פּאַטשינאָ דער צווייטיקער פרעזידענט פון "די אקטיארנ'ס סטודיאָ" מיט עלן בערסטין און הארווי קייטל.
פערזענלעכע לעבן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]פּאַטשינאָ האט דריי קינדער. די עלטסטע, דזשולי מערי (געב' 1989), איז זיין טאכטער צו די שוישפיל טרענירערין דזשען טעראַנט. ער אויך האט צווילינגען, זון ענטאָן דזשיימס און טאכטער אָליוויע ראָז (געב' 2001), צום אקטריסע בעווערלי ד'אנדזשעלא. זיי האבן געהאבן א פֿאַרהעלטעניש פון 1996 ביז 2003. פּאַטשינאָ האט געהאט א פֿאַרהעלטעניש מיט דיען קיטאָן, זיין באַטייליקטע אקטריסע אין די "גאדפאטער" טרילאגיע. פּאַטשינאָ האט קיינמאל נישט געהייראט.
וועבלינקען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- אַל פּאַטשינאָ ביי דער אינטערנעץ פילם דאטעבאזע (אויף ענגליש)