אליקים שלעזינגער

רבי אליקים שלעזינגער (כ"ב חשוון ה'תרפ"ב – י"ז שבט ה'תשפ"ו) איז געווען דער ראש ישיבה פון ישיבה הרמה אין סטאמפארד היל, לאנדאן, און פון די פירנדע רבנים אין ענגלאנד.
ביאגראפיע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רבי אליקים איז געבוירן אין עסטרייך צו ביילא און דוד שלעזינגער וואס איז געווען א ריזן נגיד, וואס ער האט אויסגעצאלט די כנסיה גדולה פון אגודת ישראל. ער איז געווען אן איידעם פון מורנו יעקב ראזנהיים, גרינדער און נשיא פון וועלט אגודת ישראל.
רבי אליקים איז ארויף קיין ארץ ישראל אין יאר התרצ"א, און ער האט זיך באזעצט אין ירושלים. ער האט דארט געהייראט א טאכטער פון רבי משה בלוי.
ער איז געווען א נאנטער תלמיד פונעם בריסקער רב און דעם חזון איש.
ער איז געווען א ראש ישיבה פאר מער ווי א יובל יארן, און האט געהאט הונדערטער תלמידים. אין זיינע לעצטע יארן האט ער געהאט דעם טיטל עלטסטער ראש ישיבה אין דער וועלט.
ער האט מחבר געווען דעם ספר בית אב על התורה ושיחות. ער איז געווען א גרויסער לוחם מלחמות השם.
אזוי אויך איז ער געווען דער פארזיצער פונעם וועד להצלת בתי עלמין אין אייראפע, וואס ראטעוועט צענדליגער טויזנטער קברים אין גאנץ אייראפע.
נפטר געווארן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]ער איז אוועק פון דער וועלט מיטוואך צופרי,י"ז שבט תשפ"ו (4 פעברואר 2026) אין לאנדאן אין טיפן עלטער פון 104 יאר
קינדער
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- רבי אליעזר שליט"א ראש ישיבה הרמה ממלא מקומו
- ר' יצחק ראש הכולל דישיבת הרמה
- ר' עמרם
- ר' שמואל
- רבי מאיר ראש הישיבה במאנסי
- רבי ישעיה, רב פון שערי תורה אין גאלדערס גרין, לאנדאן
- משה אורי ראש הכולל בסאטמאר תהלת יואל
- ר' אבא