לדלג לתוכן

אליהו בצלאל טייטלבוים

פֿון װיקיפּעדיע

רבי אליהו בצלאל טייטלבוים זצ"ל (ה'תר"י - כ"ט מנחם אב ה'תרע"ח), רב אין טעטש.

רבי אליהו בצלאל איז געבוירן אין גארליץ אין יאר ה'תר"י צו זיין פאטער הרב יקותיאל יהודה טייטלבוים, דער ייטב לב, א אייניקל פון הרב משה טייטלבוים דער ישמח משה. און צו זיין מוטער מרת רחל א טאכטער פון הרב משה דוד אשכנזי רב אין טאלטשאווא.

אין יאר ה'תרל"ה האט זיין פאטער אויפגענומען רבי אליהו בצלאל אלס רב אין פאליען-ריסקעווע, ביז אין יאר ה'תרמ"ג ווען זיין ברודער דער קדושת יום טוב איז אריבער קיין סיגעט איז רבי אליהו בצלאל געווארן רב אין טעטש.

רבי אליהו בצלאל איז נפטר געווארן כ"ט מנחם אב ה'תרע"ח.

רבי אליהו בצלאל האט געהייראט א טאכטער פון הרב פנחס יוסף דאַכנער. זייערע קינדער:

  • הרב חיים טייטלבוים הי"ד ( - ה'תש"ד) סיגעטער רבי אין טעטש.
  • הרב משה טייטלבוים, ממלא מקום פון פאטער, רב אין טעטש
  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר