אלגעמיינע טעאריע פון רעלאטיוויטעט
די אלגעמיינע טעאריע פון רעלאטיוויטעט איז געשאפן דורך אלבערט איינשטיין (פאר וועלכע ער האט באקומען דעם נאבעל־פריז). די טעאריע איז, אז צייט מיט פלאץ (געשפרייט) זענען רעלאטיוו, דאס מיינט אז עס איז איין מאטריאל געפלאכטן אינאיינעם, צום ביישפיל אזוי ווי מען מעסט א זאך די לענג און די ברייט, אזוי ווערט עקזיסטענץ געמאסטן דורך צייט (ווען, פון ווען, ביז ווען) און פלאץ (וואו, פון וואו, ביז וואו) אבער עס איז איין זאך, און אז דאס ווערט געשאפן דורך גראוויטאציע פון א מאסיווער אביעקט (צום ביישפיל די ערד) וואס שאפט א בייג אין דעם ליידיגן צייט/פלאץ אז עס זאל יא עקזיסטירן צייט/פלאץ.
שווארצשילד־מעטריק
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- זעט דעם הויפּט אַרטיקל – שווארצע לאך
די ערשטע לייזונג וואס מען האט פארגעשלאגן צו דער גלייכונג האט דער פיזיקער קארל שווארצשילד געגעבן. די לייזונג שילדערט די קרומקייט פון א רוים ארום א ספֿערישן שטערן, און ווען מען דער שטערן ווערט גענוג צעקוועטשט טוט די לייזונג פאראויסזאגן דאס עקזיסטענץ פון א שווארצער לאך. מיט דער הילף פון דער דאזיקער לייזונג קען מען דעפינירן א שווארצע לאך ווי א קערפער מיט א שווער פֿעלד אזוי שטארק אז אפילו ליכט קען אנטלויפֿן דערפֿון. דער שווארצשילד־מעטריק איז צוגעפאסט צו א שווארצע־לאך וואס איז נישט אנגעלאדן און דרייט זיך ניש.