לדלג לתוכן

איסור גיורא

פֿון װיקיפּעדיע

איסור גיורא ווערט דערמאנט אין דער גמרא עטלעכע מאל. ער איז קודם געווען א גוי, ווען שמואל'ס טאכטער רחל איז געפאנגען געווארן (מסכת כתובות כג) האט ער חתונה געהאט מיט איר אלס גוי אין געפענגעניש, זי איז נתעבר געווארן פון אים אלס גוי, שפטעטר האט ער זיך מגייר געווען, און האט חתונה געהאט מיט איר נאכאמאל ווי די הלכה איז. דאס קינד וואס איז געבוירן איז געווען רב מארי בר רחל.

די גמרא זאגט אז רבא [אדער רב, ווי תוס' איז גורס] האט אים מכשיר געווען ער מעג האבן א שטעלע ביי אידן, כאטש א גר טאר נישט, אבער אים האט מען יא געליינט “מקרב אחיך” עיי”ש.

אין עבודה זרה (ע.) שטייט אז איסור גיורא האט געזאגט פאר רבא "ווען איך בין געווען א גוי האב איך געמיינט אז די אידן זענען מחלל שבת, ווייל איך האב געזען זיי טרעפן א בייטל געלט, און נעמען עס, שפעטער ווען איך בין געווארן א איד, האט איך פארשטאנען אז זיי זענען עס מטלטל אום שבת ווייניגער ווי פיר איילן, און דאס איז מותר".

די גמרא פארציילט (ב”ב קמט) אז איידער ער איז געשטארבן האט ער געהאט דרייצן טויזנט רענדלך און האט עס געוואלט איבערלאזן א ירושה פאר זיין זון רב מארי בר רחל, אבער ער איז דאך געווען א גר, און די הלכה איז א גר קען נישט יורש זיין פאר זיין קינד, האט ער געלאזט שרייבן א שטר אז דעס געלט געהערט זיין זון.