לדלג לתוכן

רב מרי בר רחל

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון רב מארי בר רחל)
רב מרי בר רחל
וואוינארט בבל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

רב מרי בר רחל איז געווען אן אמורא אין דעם דריטן דור.

ער איז געווען דער זון פון רחל, זיין טאטע האט געהייסן איסור גיורא. רחל איז געווען די טאכטער פון שמואל, דער חבר פון רב, דער זון פון אבא. שמואל איז געווען א כהן.

אין ש"ס אין אסאך פלעצער ווערט ער אנגערופן רב מרי בר רחל (ברכות טז. שבת פח, ב"מ קג.). ער ווערט נישט אנגערופן דער זון פון זיין טאטע נאר פון זיין מאמע, דאס איז ווייל זיין מאמע רחל איז געפאנגען געווארן צו א גוי (זעט כתובות כג: בנתיה דשמואל אשתביין), זי איז נתעבר געווארן פון אים אלץ גוי, דערנאך האט ער זיך מגייר געווען, דערנאך איז געבוירן דאס קינד וואס מען האט גערופן רב מארי, קומט אויס אז דאס קינד איז געווען הורתו שלא בקדושה, זיין מאמע האט איהם געהאט נישט דורך א איד, אבער ווען ער איז געבוירן איז שוין זיין טאטע געווען א איד דאס הייסט אז לידתו איז געווען בקדושה. דאס קינד איז אויסגעוואקסן א גרויסער אמורא, דער חבר פון רבא.

אלץ כבוד פון זיין מאמע האט מען אים גערופן נאך זיין מאמע (רש"י עבודה זרה עג:).

אין גמרא (תענית כד.) שטייט ער האט געזען מלאכים דורך דער תפלה פון רבי יהודה.

אין תוס' (ב"ב קמט) קומט אויס אז עס זענען געווען צוויי רב מארי בר רחל בת שמואל, און די סיבה פאר וואס מען רופט איהם נאך זיין מאמע, איז וויבאלד מען האט געוואלט מחשיב זיין רב מארי אלץ א אייניקעל פון שמואל.

רב מרי האט געהאט דריי קינדער אמוראים, 1) רב אחא סבא (קידושין כא. סה: זבחים צא.). 2) מר זוטרא. 3) רבא. (רש"י ב"ק פרק השוכר).