אקעאניע
מראה
(אַריבערגעפֿירט פון אינזלען-אקעאניע)
שטח | 8,525,989 ק"מ2 |
באפעלקערונג | 35,670,000 |
לענדער | 14 (ליסטע) |
שפראכן | 28 |
צייט זאנעס | UTC+8 ביז UTC-6 |
אקעאניע איז א נאמען וואס מען ניצט פאר א געאגראפֿישער ראיאן וואס שליסט איין פארשיידענע גרופעס פון אינזלען אינעם פאַציפֿישן אקעאַן. אין זײַן באגרענעצטן באניץ באדייט דאס ווארט פאלינעזיע (כולל ניי זילאנד), מעלאנעזיע (כולל ניי-גינע) און מיקראנעזיע. דער ברייטערער באניץ איז כולל אויסטראליע. אמאל שליסט עס אויך אײַן דעם מאליי ארכיפעלאג. כאטש די אינזלען פו אקעאניע זענען נישט קיין אמת'ער קאנטינענט, אמאל שטעלט מען צוזאמען אקעאניע מיטן קאנטינענט פון אויסטראליע ווען מען צעטיילט די גארע וועלט אויף קאנטינענטאלישע גרופירונגען. אזוי איז זי דער קלענסטער "קאנטינענט" אין שטח און דער צווייטער קלענסטער, נאך אנטארקטיקע, אין באפעלקערונג.
לענדער אין אקעאניע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]די לענדער אין אקעאניע זענען:
- אויסטראליע
- וואנואטו
- טואוואלו
- טאנגא
- מארשאל אינזלען
- מיקראנעזיע
- נאורו
- ניו זילאנד
- סאלאמאן אינזלען
- סאמאא
- פאלאו
- פאפוא ניי גינע
- פידזשי
- קיריבאטי
וועבלינקען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו:
אקעאניע