איוואן קאניעוו

פֿון װיקיפּעדיע
איוואן קאניעוו
Иван Степанович Конев
געבורט 16 דעצעמבער 1897 (יוליאניש)
רוסלאנד רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 21 מאי 1973 (אלט 75)
מאסקווע, סאוועטן פארבאנד רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה סאוועטן פארבאנד רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך אפיציער, פאליטיקער רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

איוואן סטעפאנאוויטש קאניעוו (28סטן דעצעמבער 1897 - 21סטן מיי 1973) איז געווען מארשאל פון סאוועטן פארבאנד, א באוואוסטער גענעראל, דורכאויס די צווייטע וועלט מלחמה, און הויפט קאמאנדיר פון ווארשע פאקט, אין די יארן 1955 ביז יאר 1960.

געבוירן אין א דארף אין קיראוו אבלאסט, אין צענטראל רוסלאנד. ווען ער האט פארענדיקט שולע, איז ער געווארן א האלץ האקער, און אין 1916, מאביליזירט געווארן אין צארס ארמיי, און געשיקט געווארן צום פראנט, ביי די ערשטע וועלט מלחמה.

ווען רוסלאנד האט אונטערגעשריבן דעם אפמאך מיט דייטשלאנד, איז ער באפרייט געווארן פון מיליטער. ער האט וואלונטירט צו דער רויטער ארמיי, דורכאויס די קאמוניסטישע רעוואלוציע. דורכאויס דעם ברידערקריג, האט ער געדינט אין מזרח, און אין סיביר. און איז שנעל געשטיגן אויפן אפיצירן לייטער אין דער רויטער ארמי. אין יאר 1940, איז ער געשטעלט געווארן אלס קאמאנדיר פון צפון קאווקאז.

ווען דייטשלאנד האט אינוואדירט רוסלאנד, אין אפעראציע בארבאראסע, אין יאר 1941. איז ער געשטעלט געווארן אלס קאמאנדיר פון מערב פראנט, אבער ער האט געליטן א ביטערן דורכפאל, ביים פרובירן אפהאלטן די דייטשע אינוואזיע. ער איז כמעט געברענגט געווארן צו א מיליטערישע געריכט, ווי ער וואלט זיכער אומגעקומען. נאר א דאנק דאס אינערווענץ פון זיין פריינט געארגי זשוקאוו, איז ער געראטעוועט געווארן פון דעם.

אין אקטאבער 1941, איז ער באשטימט געווארן אויפן פארטיידיקונג פון צפון מזרח מאסקווע, ווי דארט האט ער באוויזן אפצושטויסן די נאציס, און דערנאך דורכגעפירט א סוקסעספולע קאנטעראטאקע.

ביים קורסק קאמף האט ער אפגעהאלטן די נאציס, און דערנאך ארויס אין א קאמף, ווי ער האט מיט זיין מיליטער, באפרייט עטליכע שטעט, אין אוקראינע. ביים קריג אין אוקראינע, האט ער ארומגערינגלט צען דייטשע דיוויזיעס, מיט די צווייטע אוקראינישע פראנט, און זיי באזיגט, אויף דעם האט ער באקומען דעם אויסצייכענונג, מארשאל פון סאוועטן פארבאנד.

אין יולי 1944, האט ער אטאקירט, און דערנאך געווען די ערשטע אריבערצושפרייזן דעם ווייסל טייך, און מיט דעם אנגעפאנגען די באפרייאונג פון פוילן.

צום ענדע מלחמה, האט קוניאוו קאמאנדירט אויפן ערשטע אוקראינישע ארמיי, און צוזאמען מיט זיין פריינט זשוקאוו, וואס איז געווען קאמאנדיר פון ערשטע בעלארוסישע ארמיי, איינגענומען בערלין.

נאכדעם וואס דייטשלאנד האט קאפיטאלירט, האבן ער אין זיינע טרופן זיך געוואנדן קיין פראג, טשעכאסלאוואקיי. און זיגרייך באפרייט.

נאכן מלחמה, איז ער געווארן הויפט קאמאנדיר פון עסטרייכישע אקופירטע זאנע. און דערנאך הויפט גענעראל פון די טרוקעניש. און אין 1951 געווארן קאמאנדיר פון קארפאטארוס אומגעגנט, וואס ער האט אנגעהאלטן ביז יאר 1955. ווען ער איז געווארן הויפט קאמאנדיר פונעם ווארשע פאקט, און געווען פאראנטווארטליך אונטער צו ברענגען די אונגארישע רעוואלוציע, פון 1956.

אין 1960, איז ער געווארן הויפט פון די רוסישע קרעפטן, אין מזרח דייטשלאנד. און אין 1962 האט ער רעזיגנירט פון דער ארמיי.

אום יאר 1973 איז קאניעוו געשטארבן, און ער איז באגראבן אין קרעמלין.

ער האט באקומען אסאך אויסצייכענונגען, נישט נאר פון רוסלאנד, פון טשעכאסלאוואקיי, פוילן, מאנגאליי, גרויסבריטאניע און די פאראייניקטע שטאטן.