לדלג לתוכן

אויטאמאביל באלייכטונג

פֿון װיקיפּעדיע
פֿראָנט, הינטער, ווענדונג און אינדיקאַציע ליכטן

די באלייכטונג סיסטעם פון א מאטאר פארמיטל שליסט איין ליכט און סיגנאַלירן געצייג מאנטירט אין דער פֿראָנט, הינטער, זייטן און צומאל אויפן דאַך פון א מאטאר פארמיטל. זיי באלייכטן דער טראַקט פאר דעם שאָפֿער און מאכן דעם פארמיטל מער קענטיק, בפרט אין טונקלע אדער סמוטנע קאנדיציעס. דאָס ווארענט אנדערע שאָפֿערס און פוסגייער איבער א פארמיטל'ס אנוועזנהייט און פֿאָר-ריכטונג. עמערגענץ פארמיטלען האבן געוויינטלעך באזונדערע עקסטרע לעמפּלעך צו ווארענען שאָפֿערס און פוסגייער ביי זייערע געשווינדע רייזעס אין נויטפאלן.

פארמיטלען האבן געהאט ליכטן העכער א הונדערט יאר. דראשקעס האבן געניצט ליכטלעך, און די ערשטע אויטאס (דעמאלט גערופן "דראשקעס אָן פערד") זענען געלויכטן געווארן מיט גאַז לאָמפן. אין 1908 האט מען אנגעהויבן ניצן עלעקטרישע באלייכטונג אויף מאטאר פארמיטלען. רויטע הינטער-לאָמפן און געלע ברעם-לעמפּלעך זענען ערשט באניצט געווארן אין 1915. באַדעקטע שטראָל פֿראָנט-לאָמפּן זענען באניצט געווארן זייט 1936 און ווענדונג לעמפּלעך זייט 1940. איידער 1939 איז נישט געווען א סטאנדארט פאר פֿראָנט-לאָמפּן פארמען. צווישן 1940 און 1956 האבן אלע פארמיטלען געבויט אין די פאראייניקטע שטאטן געדאַרפט האבן 7-אינטש רונדע פֿראָנט-לאָמפּן מיט באַדעקטע שטראָלן. אין 1957 איז עס דערלויבט געווארן צו מאָנטירן פיר פֿראָנט-לאָמפּן אויף איין פארמיטל (צוויי לאָמפּן אין יעדע זייט). אין 1960 זענען די ערשטע האַלאָגענע לאָמפּן געניצט געווארן אויף אייראפעישע פארמיטלען, און מען האט זיי אימפארטירט צו די פאראייניקטע שטאטן אין 1979. מען האט אנגעהויבן ניצן פארבייטלעכע אויטא לעמפּלעך אין די פאראייניקטע שטאטן זייט 1983.

  • פֿראָנט-לאָמפּן באלייכטן דער רוים אַקעגן דעם פארמיטל. זיי ווערן אויסגעפורעמט צו דערלויבן דעם שאָפֿער זען ווייט ווי מעגלעך אָן פארבלענדן שאָפֿערס וואס פֿאָרן אין די אנדערע ריכטונג.
  • הינטער-לאָמפּן זענען (נאר) רויט און צינדן זיך אָן ווען די פֿראָנט-לאָמפּן זענען אנגעצינט. מאדערנע פארמיטלען דאַרפֿן האבן צוויי הינטער-לאָמפּן. מערסט הינטער-לאָמפּן שליסן אויך אָפּהאַלט לעמפּלעך וואס ווארענען אנדערע שאָפֿערס אז דעם פארמיטל פֿאַרלאַנגזאַמט אדער האַלט זיך. אויך שליסן זיי די הינטערע אינדיקאַציע ליכטן און אפט די ווענדונג סיגנאַלן.
  • דריטע ברעם-לעמפּל - זייט 1986 (אין די פאראייניקטע שטאטן און קאנאדע), 1990 (אין אויסטראליע און ניו זילאנד) און 1998 (אין רוב אייראפע) דאַרף א דריטע ברעם-לעמפּל ווערן מאָנטירט העכער די צוויי רעגולערע ברעם-לעמפּלעך.
  • נעפּל לעמפּלעך זענען אפציאנאל אויף א סך פארמיטלען. נעפּל מאכט עס שווער צו קענען זען דער טראקט. רעגולערע פֿראָנט-לאָמפּן שפיגלען אָפּ ליכט און קענען פארבלענדן ווען דעם פארמיטל ארבעט אין נעפּל. נעפּל-לעמפּלעך ווענדן זיך אַראָפּ צו העלפן דעם שאָפֿער קלארער זען דעם טראקט. זיי אויך פארשפרייטן דאס ליכט ברייטער צוזאמען מיט די פֿראָנט-לאָמפּן אין נעפּל, רעגן, שניי אדער שטויב.
  • ווייטע ליכטן זענען הילף-לעמפּלעך וואס פארברייטערן דאס ליכט פון די פֿראָנט-לאָמפּן. זיי שטראָלן אויס אן ענגער שטראָל גאָר ווייטער ווי פֿראָנט-לאָמפּן קענען געוויינטלעך טאָן אָן זיי.
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: אויטאמאביל באלייכטונג