לדלג לתוכן

אהרן קאפשטיין

פֿון װיקיפּעדיע
אהרן קאפשטיין
קיין פריי בילד
געבורט 5 מערץ 1915 (יוליאניש)
אוקראינע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 4 מערץ 1940 (אלט 24)
רוסלאנד רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה רוסלענדישע אימפעריע, סאוועטן פארבאנד רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך שרייבער, זשורנאליסט רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

אהרן קאָפּשטיין (18טן מערץ, 1915, אָטשאַקאָוו, איצט - ניקאָלײַעווער געגנט, אוקראַיִנע – 1940 סואָיאַרווי, איצט - לענינגראַדער געגנט, רוסלאַנד) איז געווען אַן אוקראַיִנישער דיכטער פון דער ייִדישער אָפּשטאַמונג. אין דער עלטער פון 5 יאָר איז ער געבליבן אַ יתום און אויסגעוואַקסן אין אַ יתומים-הויז. דעביוטירט מיט לידער אויף אוקראַיִניש אין אָנהייב 30ער יאָרן פונעם 20טן יאָרהונדערט. עס האָבן אים באַמערקט באַקאַנטע אין יענער צײַט אוקראַיִנישע דיכטער, צווישן זיי אויך ייִדן - איוואַן (ישראל) קוליק און לעאָניד פּערוואָמײַסקי. אין 1933 איז דערשינען די ערשטע קאָפּשטיינס לידער-זאַמלונג «Хочемо, прагнемо, можемо» ("מיר ווילן, מיר שטרעבן, מיר קאָנען"). בײַם דיכטערס לעבן זײַנען דערשינען נאָך פיר זײַנע אוקראַיִנישע לידער-זאַמלונגען און איין בוך לידער אין איבערזעצונג אויף רוסיש. אהרן קאָפּשטיין האָט איבערגעזעצט אין אוקראַיִניש לידער פון אַנדערע שפּראַכן, בתוכם פון ייִדיש.

אין 1937 – 1939 האָט אהרן קאָפּשטיין געדינט אין דער רויטער אַרמיי אויפן ווײַטן מזרח. נאָך דער דינסט האָט ער אָנגעהויבן זיך לערנען אינעם מאָסקווער ליטעראַטור-אינסטיטוט. אין 1940 איז דער דיכטער פרײַוויליק אַוועק אויף דער סאָוועטיש-פינלענדישער מלחמה און אומגעקומען אין אַ שלאַכט.