לדלג לתוכן

אהרן טוביה שפיטץ

פֿון װיקיפּעדיע

רבי אהרן טוביה שפיטץ איז דער רב פון דער סערעט־וויזשניץ קהילה אין לייקוואוד.

רבי אהרן טוביה שפיץ איז א זון פון רבי משה שפיטץ, דער ביסטריצער רב, און אן איידעם ביי רבי אליעזר האגער, דער סערעט־וויזשניצער רבי פון חיפה.

ער איז אויך א שוואָגער מיט רבי זלמן לייב טייטלבוים פון סאטמאר, וועלכער איז אן איידעם ביי זיין טאטן, דער ביסטריצער רב.

רבי אהרן טוביה האט לאנגע יארן געדינט אלס רב אין דער סערעט־וויזשניצער שול אין בארא פארק. שפעטער האט ער אליינס געעפנט א סערעטער שול, און אצינד האט ער זיך געצויגן קיין לייקוואוד, וואו ער האט געעפנט א נייעם בית המדרש.

געוויסע רופן אים רבי, אבער ער פירט זיך נישט ווי א רבי, ער פירט נישט קיין טיש און נעמט נישט קיין קוויטלעך, נאר א חשוב'ער רב, וועלכער גיט זיך אפ מיט א נאמנות פאר זיינע קהילה מיטגלידער.

די קינדער פון רבי אהרן טוביה שפיטץ און זיין ווייב מרת מרים זענען:

  • הרב ברוך שפיטץ איידעם ביי אדמו"ר מלעלוב בית שמש
  • הרב ישראל שפיטץ, איידעם ביי אודווארי רב
  • הרב יעקב דוב שפיטץ
  • הרב שלום עוזר שפיטץ, מנהל און סאטמאר לייקוואוד
  • הרב מאיר שפיטץ
  • הרב יואל שפיטץ
  • משה שפיטץ